מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט מײַן שוועסטער געפֿרעגט די אַדמיניסטראַציע פֿון אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער מיטל־שול, צי ס׳איז מעגלעך צו בײַטן דעם נוסח פֿונעם דאַוונען, דער חזן זאָל צוּוואַרטן נאָכן זאָגן הויך די ברכה „שלא עשׂני אשה‟, כּדי די מיידלעך זאָלן קאָנען ענטפֿערן מיט אַ הויכער ברכה „שעשׂני כּרצונו‟. די מענער, ווי עס שטייט אינעם טראַדיציאָנעלן סידור, באַדאַנקען דעם אייבערשטן פֿאַר דעם, וואָס זענען נישט קיין פֿרויען, און אַ פֿרוי באַדאַנקט, אַז דער באַשעפֿער האָט זי באַשאַפֿן לויט זײַן ווילן.
מײַן שוועסטער האָט געהאָפֿט, אַז די הויכע ברכה פֿון די מיידלעך וואָלט געקאָנט דינען ווי אַ מין פּראָטעסט קעגן דער סעקסיסטישער דעקלאַראַציע פֿונעם חזן. אין אַן אָרט, וווּ מע הערט בלויז מענער דאַוונען, קאָן דאָס מיידלשע קול קלינגען ווי אַ רוף צו גלײַכקייט.
הגם מײַן שוועסטערס געדאַנק האָט מיך פֿאַראינטערעסירט, האָב איך באַמערקט, אַז מע וואָלט געקאָנט אינגאַנצן אויסמײַדן די מענערישע ברכה, ווײַל זי האָט אַ סעקסיסטישן טעם און על־פּי הלכה מוז מען זי נישט זאָגן. פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿאַרוואָס דאַרף מען פֿאַרוואַנדלען אַ פּשוטע פֿרימאָרגנדיקע ברכה אין אַ דראַמאַטישער סצענע? זי האָט אָבער מסכּים געווען מיט מיר, אַז די דערמאָנטע ווערטער פֿונעם סידור זענען פּראָבלעמאַטיש, פֿונעם מאָראַלישן קוקווינקל.
עס זענען אָבער פֿאַראַן אַ סך ייִדן, וואָס זענען אינגאַנצן נישט מסכּים מיט אונדזער קריטיק. ווען די שול-אַדמיניסטראַציע האָט זיך אָפּגעזאָגט אָנצונעמען מײַן שוועסטערס פֿאָרלייג, האָבן מיר געשאַפֿן אַ ספּעציעל זײַטל אויפֿן „פֿייסבוק‟, רופֿנדיק צו זאָגן „לא‟ — „ניין‟ — צו דער ברכה „שלא עשׂני אשה‟. אַ גאַנצע ריי מענטשן האָבן זיך אָפּגערופֿן און געמאָלדן, אַז די טראַדיציאָנעלע ברכה איז בשום־אופֿן נישט געמיינט ווי אַ באַליידיקונג קעגן פֿרויען. למשל, אַ צאָל קאָמענטאַטאָרן האָבן באַטאָנט, אַז די מענער באַדאַנקען דעם רבונו־של־עולם פֿאַר דעם, וואָס זיי מוזן מקיים זײַן מער מיצוות ווי אַ פֿרוי; דאָס מיינט נישט אָבער, אַז זיי זענען בעסער ווי פֿרויען. צוליב דעם, באַטאָנען זיי, מוז מען איבערלאָזן די אַלטע גוטע ברכה צו רו.
די פּראָבלעם מיט אַזאַ לאָגיק באַשטייט אין דעם, וואָס אויב אַפֿילו מע קאָן אָפּטײַטשן די דערמאָנטע ברכה אויף אַ נייטראַלן אופֿן, קאָן זי, למעשׂה, באַנוצט ווערן צו שטיצן די סעקסיסטישע באַציִונג פֿון מענער. קאָן מען זאָגן, אַז דאָס איז בלויז אַ קליינער עלעמענט פֿונעם דאַוונען, וואָס שפּילט נישט קיין מערקווירדיקע סאָציאַלע ראָלע?
אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט שפּילן די פֿירנדיקע ראָלע די מענער, און די פֿרויען בלײַבן, געוויינטלעך, בלויז פּאַסיווע צוקוקער. עס טרעפֿן זיך סיטואַציעס, ווען פֿעמיניזם פּאָרט זיך נישט מיט דער טראַדיציאָנעלער אָרטאָדאָקסישער ייִדישקייט. איך האַלט אָבער, אַז אין אַלע פֿאַלן, ווען מע קאָן פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ און געבן זיך אַן עצה, וואָס ס׳קומט נישט אין סתּירה מיט דער הלכה, מוזן די פֿעמיניסטיש-געשטימטע פֿרומע ייִדן שטרעבן צו געשלעכט-גלײַכקייט. אַ סך פֿרויען אין דער הײַנטיקער תּקופֿה פֿילן זיך באַליידיקט, ווען זיי הערן די ברכה „שלא עשׂני אשה‟; די תּירוצים וועגן דעם „טיפֿן באַדײַט‟ פֿון די דאָזיקע ווערטער האָבן פֿאַר זיי ווייניק ווערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.