אינעם יאָר 2007, האָט אורי טאָפּאָלאָסקי, אַ מעסיקער אָרטאָדאָקסישער רבֿ, זיך באַזעצט אין ניו־אָרלין, כּדי אַרויסצוהעלפֿן דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, וואָס האָט געליטן אין 2005 פֿונעם הוראַגאַן „קאַטרינע‟. די ניו־אָרלינער שיל „בית־ישׂראל‟ איז צעשטערט געוואָרן בעת דעם הוגאַראַן און אירע מתפּללים האָבן אָנגעהויבן זיך טרעפֿן אין אַ צימער בײַ אַ רעפֿאָרם־טעמפּל. דעם ערשטן שבת, וואָס טאָפּאָלסקי האָט פֿאַרבראַכט אין דער שטאָט, האָט ער געדאַוונט סײַ מיט די אָרטאָדאָקסן, סײַ מיט די רעפֿאָרמער, צו ווײַזן זײַן סאָלידאַריטעט מיט די אָרטיקע ייִדן.
במשך פֿון די לעצטע 6 יאָר, האָט טאָפּאָלסקי פֿאַרברייטערט זײַן קהילה און געהאָלפֿן איר אויפֿצובויען אַ נײַעם שיל־בנין און צו שאַפֿן אַן עירובֿ אין דער שטאָט. בעת די יערלעכע אונטערנעמונגען אין אָנדענק פֿון „קאַטרינע‟, האָט זײַן טעטיקייט פֿאַרדינט די רעפּוטאַציע פֿון אַ מוסטערלעכער קאָאָפּעראַציע צווישן די דענאָמיניאַציעס.
הײַיאָר, ווען מע גרייט זיך צו דער נײַער אָנדענק־אונטערנעמונג, וועט דער רבֿ זיך אָבער אין דעם נישט באַטייליקן, ווײַל ער איז אַוועקגעפֿאָרן אין אַן אַנדער אָרט. אָנהייב אויגוסט, האָט אורי טאָפּאָלאָסקי, צוזאַמען מיט זײַן ווײַב און פֿיר קינדער, פֿאַרלאָזט ניו־אָרלין און זיך באַזעצט אינעם שטאַט מערילענד, וווּ ער וועט אָנפֿירן מיט דער שיל „בית־יהושע‟ אין ראָקוויל; ער וועט אויך דינען ווי אַ רבֿ אין דער „העברעיִשער אַקאַדעמיע אויפֿן נאָמען פֿון מעלווין בערמאַן‟ מיט 700 סטודענטן, וווּ ער האָט זיך אַמאָל געלערנט. זײַן נײַע שיל געפֿינט זיך אינעם זעלבן בנין.
טאָפּאָלאָסקי האָט דערקלערט, אַז ער איז אַוועקגעפֿאָרן צוליב דעם שוואַכן מצבֿ פֿון דער ייִדישער קהילה אין ניו־אָרלין, וווּ ער האָט נישט געקאָנט דערציִען זײַנע קינדער, וואָס זענען איצט פֿון 2 ביז 9 יאָר אַלט. הגם ער האָט געוואָלט בלײַבן, האָט ער געמוזט געפֿינען אַ קהילה, וווּ ער קאָן האָבן אַ געהעריקע פּרנסה און אַ ייִדישע שול.
מער ווי 80 תּלמידים פֿלעגן זיך לערנען פֿאַר דעם הוראַגאַן אין דער ניו־אָרלינער ייִדישער שול, וועלכע האָט זיך געעפֿנט אינעם יאָר 1997. מיט דרײַ יאָר צוריק האָט זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען 51 תּלמידים. דערנאָך האָט די שול באַשלאָסן אַרײַנצוברענגען נישט־ייִדישע קינדער, כּדי אויסצולעבן. מיט אַ יאָר צוריק זענען אַהין געגאַנגען בלויז 38 שילער, און איצט זענען געבליבן 29; בערך אַ העלפֿט פֿון זיי זענען נישט ייִדן.
דעם פֿאַרגאַנגענעם סעפּטעמבער, האָט די שול געביטן דעם נאָמען און הייסט נישט מער „אַ ייִדישע‟. הגם מע האָט דאָרטן נאָך אַלץ געלערנט ייִדישע ענינים, אַ פּאָר שעה יעדן טאָג, איז טאָפּאָלאָסקי און אַנדערע ייִדן נישט געווען צופֿרידן מיט אַזאַ סיטואַציע.
די ניו־אָרלינער שיל „בית־ישׂראל‟ האָט געדונגען אַ נײַעם רבֿ — גבֿריאל גרינבערג. ער וועט אָבער נישט קאָנען קומען ביזן קומענדיקן יאָר, ווײַל ער מוז פֿאַרענדיקן זײַן אַרבעט אינעם קלוב „הלל‟ בײַם בערקלי-אוניווערסיטעט אין קאַליפֿאָרניע. ביידע רבנים, טאָפּאָלאָסקי און גרינבערג, האָבן זיך געלערנט אין דער ליבעראַל-אָרטאָדאָקסישער ישיבֿה „חובֿבֿי-תּורה‟, געגרינדעט דורך הרבֿ אַבֿי ווײַס.
מײַקל ווײַל, דער אויספֿיר-דירעקטאָר פֿון דער „ייִדישער פֿעדעראַציע‟ פֿון ניו-אָרלינס, זאָגט, אַז טאָפּאָלאָסקיס אַוועקפֿאָרן און דער מצבֿ אין דער שול מיינט נישט, אַז די ייִדישע קהילה אין דער שטאָט גייט אונטער. לויט זײַן חשבון, וווינען אין ניו־אָרלין הײַנט אַפֿילו מער ייִדן, ווי פֿאַרן הוראַגאַן — 9,870 נפֿשות, אין פֿאַרגלײַך מיט 9,500. זײַן אָרגאַניזאַציע לייגט פֿאָר אַן אומזיסטע מיטגלידשאַפֿט אין דער שיל און קהילה-צענטער במשך פֿון דרײַ יאָר פֿאַר נײַע ייִדישע תּושבֿים, ווי אויך אַ שול-קרעדיט אויף אַ סומע פֿון 500 דאָלאַר און כּשרע וועטשערעס אינעם אָרטיקן ייִדישן רעסטאָראַן.
טאָפּאָלאָסקי האָט דערקלערט, אַז פֿאַר אים, ווי אַן אָרטאָדאָקסישן ייִד, איז נישט געווען גרינג צו וווינען אין ניו־אָרלין. בלויז 25 מענטשן קומען ערבֿ־שבת אין „בית־ישׂראל‟; שבת צום שחרית קומען בערך 40. די אַנדערע שיל, „אַנשי־ספֿרד‟, איז נאָך קלענער. די נײַע קהילה „בית־יהושע‟, וווּ דער רבֿ קלײַבט זיך צו דינען, איז אויך אַ קליינע — בלויז 20 משפּחות. ער גלייבט אָבער, אַז אין דער געגנט, וווּ ער איז אויפֿגעוואַקסן, וועט ער זיך פֿילן באַקוועמער. דער עיקר, האָט ער צוגעגעבן, איז דאָרטן פֿאַראַן אַ ייִדישע שול, אַרומגערינגלט מיט אַ גרויסער קהילה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.