אַמעריקע פֿאַרפּלאָנטערט זיך ווידער

Hasn’t the U.S. Learned Yet?

אַ ישׂראלדיקער סאָלדאַט, מיטוואָך, אין די גולן־הייכן, לעבן דער גרענעץ מיט סיריע
Getty Images
אַ ישׂראלדיקער סאָלדאַט, מיטוואָך, אין די גולן־הייכן, לעבן דער גרענעץ מיט סיריע

פֿון שבֿע כּהן

Published August 29, 2013, issue of September 13, 2013.

פּונקט אַ יאָר נאָך דעם, וואָס פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט געוואָרנט סיריע וועגן דעם נוצן כעמישע וואָפֿן, ווי אַ „רויטע ליניע‟ אינעם קאָנפֿליקט צווישן באַשאַר אַל-אַסאַד מיט די אָפּאָזיציאָנערן, זײַנען באָמבאַרדירט געוואָרן גאַנצע געגנטן פֿון דמשׂק מיט טייטלעכע גאַזן. אָבאַמאַ האָט באַלד רעאַגירט אויף דעם, און געשיקט פֿלאָט-שיפֿן אין מיטלענדישן ים אַפֿילו פֿאַר דעם, וואָס ער האָט גערעדט וועגן די אָפּציעס מיט זײַנע גענעראַלן. גענעראַל מאַרטין דעמפּסי, דער העכסטער קאָמאַנדיר אינעם אַמעריקאַנער מיליטער, חוץ דעם פּרעזידענט אַליין, האָט שוין קלאָר געמאַכט אין זײַנע פֿריִערדיקע דערקלערונגען, אַז ער ווערט נישט באַגײַסטערט פֿונעם געדאַנק זיך אַרײַצונמישן אין דעם בירגער־קריג. די אויספֿרעגן ווײַזן: דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק האָט אַ חשד, אַז סיריע קאָן ווערן פֿאַר די פֿאַראייניקטע שטאַטן אַ נײַער איראַק.

סיריע און איראַק האָבן נישט ווייניק ענלעכס, ווי צוויי לענדער אין מיטעלן מיזרח. ביידע זײַנען זיי רעלאַטיוו גרויס, מיט אַ באַפֿעלקערונג וואָס איז אַ געמיש פֿון שיִיִטן, סוניטן און קורדן. די מדינות זײַנען נישט נאָר שכנים, אָבער אויך טיילן פֿונעם אַזוי-גערופֿענעם „שיִיִטישן בויגן‟ — פֿון איראַן אין מיזרח ביז לבֿנון אין מערבֿ.

איראַק איז אַ וועג פֿאַר איראַן צו שיקן געווער קיין סיריע. די דזשיהאַדיסטן פֿון ביידע איסלאַמיסטישע סעקטעס אין איראַק פֿאָרן קיין סיריע, כּדי אָנטיילצונעמען אינעם קריג; און אויך די צאָל אַטענטאַטן אין איראַק גופֿא ווערט גרעסער אונטער דער השפּעה פֿון סיריע. און אויב דאָס איז קאַרג, האָט מען איצט אַ נײַעם צווײַג פֿון אַל-קײַדאַ, וואָס רעפּרעזענטירט די אָרגאַניזאַציע אין סיריע און אין איראַק צוזאַמען.

שטעלט זיך די פֿראַגע: צי דאַרף אַמעריקע, וואָס איז קוים אַרויס פֿון איראַק און אַפֿגאַניסטאַן, איצט ווידער אַרײַנקריכן אינעם פּלאָנטער פֿון סיריע? נישט געקוקט אויף די וואָרענונגען פֿון די עקספּערטן, האָט וואַשינגטאָן נישט דערוואַרט, אַז עס וועט זײַן אַזאַ אויפֿרײַס צווישן דער סוניטישער מינדערהייט און דער שיִיִטישער מערהייט. אָנשטאָט דער „קליינער מלחמה‟, וואָס פּרעזידענט בוש האָט צוגעזאָגט, האָט אויסגעבראָכן אַ קאָשמאַר פֿון 10 יאָר לאַנג.

די אייפֿאָריע נאָך די אַראַבישע פֿרילינג־דעמאָנסטראַציעס האָט זיך צעפֿלאַקערט אין אַן אמתער „פֿיטנאַ‟ — קאָנפֿליקטן צווישן די מאַכמעדאַנישע פֿראַקציעס; און ביידע זײַטן זענען שוין גרייט צו נוצן דעם טערמין „דזשיהאַד‟. אַמעריקע ווערט גענוג שאַרף קריטיקירט, אַז איר העלפֿן אַפֿגאַניסטאַן קעגן דעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, האָט געלייגט דעם יסוד פֿאַרן „טאַליבאַן‟. פֿאַר וואָס דאַרף וואַשינגטאָן זיך ווידער לאָזן אַרײַנשלעפּן אינעם סירישן קאָנפֿליקט אויף דער רעבעלן־זײַט, אַז ביז איצט איז אַמעריקע נישט מסוגל געווען צו פֿירן קיין שום קלוגן קאַמף אין די איסלאַמישע לענדער?

קודם-כּל, איז נישט קיין סוד, אַז איראַק איז געוואָרן אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק, נאָר צוליב די נאַרישע מיליטערישע באַשלוסן מצד די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דער ערשטער גרויסער טעות איז געווען אַרײַנצורײַסן זיך אַהין, נישט האָבנדיק קיין שום פּלאַן, ווי אַזוי זיך פֿון דאָרטן אַרויסציִען. דער צווייטער גרויסער טעות, דער געפֿערלעכסטער איז, אַז מען האָט פּשוט נישט געשיקט גענוג מיליטער. כּדי צו הערשן איבער אַ טעריטאָריע וואָס איז סימפּאַטיש צו אירע שׂונאים, מוזן די גענעראַלן שיקן אַ סך מער סאָלדאַטן ווי אויף אַ „נאָרמאַלער‟ מלחמה. זיי דאַרפֿן קענען דעם שטח, אָפּשטעלן דאָס איבערפּעקלען געווער פֿאַרן שׂונא, און פֿאַראייניקן אַרום זיך די נאַציאָנאַלע אינטעליגענץ.

ביז מ‘האָט פֿאַרראָכטן די טעותן און אָרגאַניזירט דעם „סורדזש‟, איז דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק שוין געוואָרן אַנטוישט פֿון דער דאָזיקער מלחמה. דער דריטער גרויסער טעות איז, וואָס מע האָט יעדעס יאָר פֿאַרביטן די איינהײטן, וועלכע האָבן געדינט אין איראַק. אָנשטאָט צו מאַכן איין מלחמה פֿון צען יאָר, האָט מען געפֿירט צען מלחמות פֿון איין יאָר.

אָבער דאָס וואָס מע האָט אָפּגעלערנט פֿון די שטותים אין איראַק, איז נישט גענוג צו באַרעכטיקן אַ נײַע אַוואַנטורע אין סיריע. אַמעריקע מוז טאַקע רעאַגירן אויפֿן נוצן די כימישע וואָפֿנס אין סיריע. עס איז אָבער זייער סכּנהדיק פֿאַר אַ מדינה, ספּעציעל אַזאַ וויכטיקע ווי אַמעריקע, צו שטעלן אַ „רויטע ליניע‟ און זי נישט אָפּהיטן. מע קען זײַן זיכער, אַז איראַן קוקט זיך צו צו דעם, וויפֿל אַמעריקע איז גרייט צו פֿאַרלײַדן, אָנשטאָט צו אַטאַקירן. אויסער דעם, איז וויכטיק, אַז אַמעריקע זאָל רעאַגירן, כּדי די וועלט זאָל זיך ווידער נישט לאָזן אויפֿן וועג פֿון די שרעקלעכע כעמישע וואָפֿנס, ווי ס‘איז געשען בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה.

מע קען דעפֿינירן אַמעריקעס צילן אַזוי: 1) אָפּשטעלן דאָס נוצן כעמישע וואָפֿנס. 2) נישט אָננעמען קיין איין זײַט אין דער מלחמה. 3) נישט דערלאָזן צו פֿאַרברייטערן די מלחמה, אויסער די גרענעצן פֿון סיריע, למשלת — אַמעריקע קעגן איראַן, אָדער סיריע קעגן ישׂראל.

מסתּמא וועט אַמעריקע אויסקלײַבן אַ וועג וואָס איז קורץ און שאַרף, ווי ישׂראל האָט ביז איצט געטאָן: באָמבאַרדירן עטלעכע מיליטערישע צילן — די כעמישע פֿאַבריקן, ראַקעטן-באַזעס אא”וו. סיריע קען נישט ממש צוריקשיסן, ווײַל זי האָט נישט קיין מיטלען צו דערגרייכן די אַמעריקאַנער שיפֿן און עראָפּלאַנען. רוסלאַנד איז גרייט צו פֿאַרזאָרגן סיריע מיט טאַנקען און אַנדער געווער, אָבער נישט מיט איר אייגענעם מיליטער. אויך איראַן האָט מער צו פֿאַרלירן ווי צו געווינען, אויב זי קעמפֿט דירעקט קעגן אַמעריקע.

נאָר מען קען נישט צוזאָגן, אַז אַמעריקע וועט דערגרייכן אירע צילן און מצליח זײַן אויסצומײַדן דעם סירישן פּלאָנטער. פֿון דערסטוועגן, בלײַבן שאַנסן, אַז אַסאַדס באָמבאַרדירן מיט כעמישע וואָפֿנס, קאָן ווערן אַ „נײַער אַטענטאַט אויף פֿראַנץ פֿערדינאַנד‟, וואָס זײַן מאָרד איז געוואָרן אַ תּירוץ צו אַ ברייטערער מלחמה צווישן די אַליאַנצן. אויסגעלאָזט האָט זיך עס אין אַ וועלט-מלחמה.