די אַמעריקאַנער פֿעדעראַלע אינסטאַנצן האָט איבערגעגעבן דעם 27סטן אויגוסט, אַז שעלדאָן איידעלסאָנס קאַסינאָ־קאָרפּאָראַציע „לאַס וועגאַס סענדס‟ האָט מסכּים געווען צו באַצאָלן 47.4 מיליאָן דאָלאַר דעם אַמעריקאַנער געלט־אוצר, כּדי אָפּצושטעלן די אויספֿאָרשונג פֿון אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער געשעפֿט־מעשׂה.
אינעם פּעריאָד פֿון 2005 ביז 2007, האָט „סענדס‟, דער בעל־הבית פֿון צוויי האָטעל־קאָמפּלעקסן אין לאַס־וועגאַס, „Venetian‟ און „Palazzo‟, באַקומען געלט פֿון אַ מענטש מיטן נאָמען זשענלי יע גאָן. די פּראָקוראַטור פֿון לאָס־אַדזשעלעס האָט באַטאָנט, אַז די קאַסינאָ־פֿירמע האָט געמוזט איבערגעבן די פּאָליציי־אינסטאַנצן, אַז די דאָזיקע געלט־אָפּעראַציעס זעען נישט אויס כּשר. די פֿירמע האָט עס אָבער נישט געטאָן.
לויט דעם אָפּמאַך נישט אויסצופֿאָרשן די מעשׂה ווײַטער, האָט יע גאָן, במשך פֿון עטלעכע חדשים, פֿון סוף 2006 ביז אָנהייב 2007, כּסדר אַזאַרט געשפּילט, אַלעמאָל בלויז מיט מזומן; ביז דעמאָלט, האָט דער קאַסינאָ־קאָמפּלעקס קיינמאָל נישט געהאַט אַזאַ גרויסן שפּילער.
אין מאַרץ 2007, האָט די מעקסיקאַנער פּאָליציי דורכגעפֿירט אַן אָבלאַווע איז יע גאָנס הויז און קאָנפֿיסקירט אַ ריזיקע סומע פֿון מזומן — בערך 207 מיליאָן דאָלאַר. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז יע גאָן באַשולדיקט געוואָרן אין נאַרקאָטיק־האַנדל און זיצט איצט אין תּפֿיסה, וואַרטנדיק אויף זײַן דעפּאָרטאַציע קיין מעקסיקע.
צוליב דער קאָאָפּעראַציע מיט דער פּאָליציי, האָט די פֿעדעראַלע רעגירונג מסכּים געווען נישט צו פֿאַרמישפּטן די קאַסינאָ־פֿירמע. ראָן ריז, אַ וואָרטזאָגער פֿון „סענדס‟, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן און ווערט איצט קאָנטראָלירט דורכן מיליאַרדער שעלדאָן איידעלסאָן, האָט געזאָגט, אַז די קאָמפּאַניע האָט פֿולשטענדיק קאָאָפּערירט מיט די אויספֿאָרשער, דערפֿאַר האָט מען באַשלאָסן זי אָפּצולאָזן.
לויט די אַמעריקאַנער געזעצן, מוזן אַלע קאַסינאָס מיטן יערלעכן רווח פֿון איבער אַ מיליאָן דאָלאַר מיטטיילן דער רעגירונג אַלע צווייפֿלהאַפֿטיקע מעשׂים. די הויפּט־פּראָקוראַטור האָט איבערגעגעבן, אַז צום ערשטן האָט אַ קאַסינאָ מסכּים געווען אומצוקערן דער מלוכה דאָס געלט, וואָס איז געקומען פֿון אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן קוואַל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.