אינעם קליינעם קוועבעקער שטעטל סאַנט-אַגאַט-דע-מאָן, בערך 100 קילאָמעטער אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל, געפֿינט זיך דער צענטער פֿון דער עקסטרעם־פֿרומער ייִדישער קהילה „לבֿ טהור‟, בראָש מיטן קאָנטראָווערסאַלן רבֿ שלמה העלבראַנס — אַ ספֿרדישער בעל־תּשובֿה, וועלכער איז געוואָרן אַן אַליין־דערקלערטער חסידישער רבי. די פֿרומע פֿרויען אין דער דאָזיקער קאַנאַדער קהילה, וואָס באַטרעפֿט אַרום 50 משפּחות, טראָגן לאַנגע קליידער מיט האַלב־צוגעדעקטע פּנימער, וואָס זעען אויס ענלעך צו די מלבושים, וואָס אַ סך פֿרויען טראָגן אין איראַן און אַנדערע איסלאַמישע לענדער.
הונדערטער פֿרומע פֿרויען אין ארץ־ישׁראל, דער עיקר אין בית־שמש, האָבן לעצטנס אָנגענומען אַ שטרענגערן מינהג און גייען אַרום שוואַרץ באַקליידט מיט אינגאַנצן צוגעדעקטע פּנימער. זיי אַליין, צי זייערע חוזק־מאַכער, האָבן צוגעטראַכט אַ נײַ ייִדיש וואָרט: „פֿרומקע‟ — אויפֿן סמך פֿון דער אַראַביש-מוסולמענישער בורקע, הגם אַ פֿרומקע זעט אויס ענלעכער צום אַנדערן מוסולמענישן מלבוש — ניקאַב. אַ קליינע צאָל אַזעלכע ייִדישע פֿרומקע־טרעגערינס קאָן מען טרעפֿן הײַנט אויך אין מאָנסי, אַ ניו־יאָרקער חסידישע פֿאָרשטאָט.
אינעם לעצטן נומער פֿונעם באַקאַנטן חרדישן זשורנאַל „משפּחה‟, פֿונעם 20סטן אויגוסט, איז דער לייט־אַרטיקל געווען געווידמעט דער דאָזיקער נײַער מאָדע. רחל גינזבערג, די מחברין פֿונעם דערמאָנטן אַרטיקל, האָט באַמערקט, אַז די „עדה חרדית‟, דאָס אומאָפּהענגיקע רבנות פֿון ניט־ציוניסטישע חרדישע קהילות אין ארץ־ישׂראל, האָט שטאַרק פֿאַרדאַמט די דערמאָנטע פֿרויען און באַשולדיקט זיי שיעור נישט אין אַפּיקורסות. די רבנים האָבן געטענהט, אַז אַזעלכע מלבושים רעפּרעזענטירן אַן אויפֿשטאַנד פֿון פֿרויען קעגן זייערע מענער — אין אַנדערע ווערטער, אַ פֿאָרעם פֿון פֿעמיניזם. געוויסע פֿרויען פֿירן זיך אויף געלאַסן אויף צו להכעיס; אין דעם פֿאַל, צוליב דעם זעלבן בונטאַרישן געפֿיל, באַקליידן זיי זיך איבערצניעותדיק.
אין פֿאַרגלײַך מיט די רבנים, באַשרײַבט גינזבערג די פֿרומקע־מאָדע מיט אַ גענוג נייטראַלן טאָן. זי האָט אינטערוויויִרט עטלעכע ליבהאָבערינס פֿון אַזעלכע בגדים, ווי אויך אַ צאָל באַקאַנטע רבנים און רביצינס, וואָס זענען שטאַרק קעגן, און פּרוּווט צו אַנאַליזירן די שרשים פֿונעם דאָזיקן פֿענאָמען. די פּאָזיציע פֿון דער מחברטע אַליין איז נישט אַזוי קלאָר, הגם בײַם סוף מאַכט זי אַ נעגאַטיוון אויספֿיר, אויפֿן סמך פֿון ציפּורה העלכער, אַ פּאָפּולערע חרדישע לעקטאָרין.
די אַרויסגעבער פֿון „משפּחה‟ האָבן באַצירט די הילע פֿונעם זשורנאַל מיט אַ בילד פֿון אַ ליאַלקע, אָנגעטאָן אין אַ בורקע. פֿאַרוואָס האָבן זיי נישט פֿאָטאָגראַפֿירט אַן עכטע פֿרוי, אַ ייִדישע צי אַ מוסולמענישע? אַ סבֿרא, אַז די פֿאַרלעגער זאָרגן זיך אַליין צופֿיל וועגן צניעות און ווילן נישט פּובליקירן אַ בילד פֿון אַ פֿרוי אין זייער אויסגאַבע.
הרבֿ נתן סליפֿקין, באַקאַנט מיט זײַן ראַציאָנאַליסטישן צוגאַנג צו ייִדישקייט און ווי דער מחבר פֿון אַ צאָל ביכער, וואָס שטיצן די עוואָלוציע־טעאָריע, האָט דעם 28סטן אויגוסט געלויבט דעם מער־ווייניקער נייטראַלן סטיל פֿון גינזבערגס אַרטיקל און צוגעגעבן, אַז עמעצער, מיטן נאָמען נתן יאַנאָפֿסקי, האָט אים צוגעשיקט אַ קאָפּיע פֿון זײַן בריוו צו „משפּחה‟, וווּ ער טענהט, אַז דער זשורנאַל גייט נאָך ווײַטער, אין זײַנע צניעות־סטאַנדאַרטן, ווי די „בורקע־פֿרויען‟. דער זשורנאַל האָט מורא צו פֿאַרעפֿנטלעכן אַ בילד פֿון פֿרויען, וואָס ווערן קריטיקירט פֿאַר זייער צו צניעותדיקער אויפֿפֿירונג. איז אַזאַ באַציִונג פֿון דער רעדאַקציע צניעות, צי צבֿיעות?
סליפֿקין באַטראַכט די נײַע מאָדע ווי אַ פּראָבלעמאַטישע, אָבער דערקלערט, אַז צניעות איז רעלאַטיוו, אויב מע טראַכט זיך אין דעם אַרײַן על־פּי שׂכל. די געוויינטלעכע חסידישע מלבושים קאָנען אויסזען פּונקט אַזוי עקסטרעם, פֿונעם וועלטלעכן קוקווינקל. גינזבערג און סליפֿקין האָבן אָבער נישט דערמאָנט, אַז אַזעלכע קליידער בײַ ייִדן האָבן אַ לאַנגע געשיכטע. ס׳זעט אויס, אַז פֿאַר זיי איז עס אַן אַקסיאָם, אַז אַזאַ קלייד בײַ ייִדן איז אַן אויסטערלישער חידוש.
די בוכאַרישע ייִדן פֿון דער סאָוועטישער צענטראַל־אַזיע ווערן הײַנט באַטראַכט ווי אַ טייל פֿונעם האַלב־אַסימילירטן רוסיש־רעדנדיקן ייִדישן ציבור. די בוכאַרישע פּרעסע אין ניו־יאָרק, צום בײַשפּיל, גייט אַרויס אויף רוסיש און קלינגט אָפֿט גאַנץ עם־הארציש. בלויז זעלטן־ווען טרעפֿן זיך דאָרטן לידער אויף זייער מאַמע־לשון — אַ ייִדישער דיאַלעקט פֿונעם טאַדזשיקישן פּערסיש.
אַזאַ רעפּוטאַציע פֿון דער בוכאַרישער קהילה איז אָבער אַ רעזולטאַט פֿון דער סאָוועטישער אַנטי־רעליגיעזער קאַמפּאַניע. אינעם יאָר 1928, האָט די רעגירונג פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרווערט די פֿרויען צו טראָגן די „פּאַראַנדזשאַ‟, ווי עס הייסט אַ צענטראַל־אַזיאַטישער וואַריאַנט פֿון בורקע, ענלעך צו דער הײַנטיקער סעקולאַריסטישער קאַמפּאַניע אין פֿראַנקרײַך. אין יענער תּקופֿה, פֿלעגט די ייִדישע פֿרויען אין צענטראַל־אַזיע, פּונקט ווי זייערע אוזבעקישע און טאַדזשיקישע שכנות, גיין אויף די גאַסן מיט צוגעדעקטע פּנימער. אינעם הײַנטיקן איראַן, וווּ עס וווינען בערך 30 טויזנט ייִדן, ווערט עס נאָך אַלץ באַטראַכט ווי לאַוו-דווקא אַ ספּעציפֿיש ייִדישער, אָבער אַ נאָרמאַלער אָנגענומענער מלבוש.
אַדרבה, די בוכאַרישע ייִדן האָבן אַרויסגעוויזן, אין געוויסע סיטואַציעס, נאָך אַ גרעסערע מדרגה פֿון צניעות. אין פֿאַרגלײַך מיט די מוסולמענישע פֿרויען, האָבן זיי געהאַלטן, אַז ס׳איז נישט באַשיידן פֿאַר אַ פֿרוי צו באַווײַזן זיך אויפֿן מאַרק. די בוכאַרישע ייִדישע מענער פֿלעגן דעמאָלט טראָגן לאַנגע מלבושים און פֿוטערנע היט, וואָס דערמאָנען דעם חסידישן שטרײַמל און ענלעכע היט פֿון די צענטראַל־אַזיאַטישע פֿעלקער.
מיט אַ יאָר צוריק, איז אין פּעטערבורג, רוסלאַנד, אַרויס טאַטיאַנאַ יעמעליאַנענקאָס בוך וועגן די טראַדיציאָנעלע בגדים פֿון בוכאַרישע ייִדן. די מחברטע באַשרײַבט פּרטימדיק פֿאַרשיידענע אָריגינעלע בוכאַריש־ייִדישע מינהגים, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער פּאַראַנדזשאַ. נישט לאַנג צוריק, האָט די מאָסקווער ייִדישע בילדונג־אָרגאַניזאַציע „אשכּולות‟ פּובליקירט יעמעליאַנענקאָס אַרטיקל וועגן דער ייִדישער פּאַראַנדזשאַ, ווי אַ טייל פֿון אַ זאַמלונג, אין וועלכער עס זענען אַרײַן אַ ריי אינטערעסאַנטע בוכאַריש־ייִדישע פֿאָרשונגען. למשל, די פּאַראַנדזשאַ איז געווען אַ נייטיקער טייל פֿון אַ ייִדישער חתונה. אין אַזאַ קלייד פֿלעגט די כּלה שטיין אונטער דער חופּה און אָפּגעפֿירט ווערן אין איר חתנס היים.
דער מינהג צו טראָגן אַזעלכע קליידער האָט זיך נאָך לאַנג געהאַלטן בײַ אַ טייל צענטראַל־אַזיאַטישע ייִדן, נישט געקוקט אויף דעם שטרענגן פֿאַרבאָט מצד דער סאָוועטישער מלוכה. להיפּוך צו „משפּחה‟, האָבן די בוכאַרישע ייִדן כּסדר פֿאָטאָגראַפֿירט זייערע פֿרויען, מיט אָפֿענע אָדער צוגעדעקטע פּנימער. אַ דאַנק די אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס, קאָנען מיר זיך הײַנט בעסער פֿאָרשטעלן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אינעם צענטראַל־אַזיאַטישן ראַיאָן.
דער דאָזיקער בײַשפּיל ווײַזט, ווי אַזוי אַ מענטשלעכע קולטור קאָן זיך בײַטן, צום גוטן צי צום שלעכטן, במשך פֿון בלויז אַ פּאָר־דרײַ דורות. וואָס ווערט הײַנט באַטראַכט ווי אַ סימן פֿון עקסטרעמיזם, קאָן מיט 100 צוריק יאָר צוריק זײַן אַ גאַנץ נאָרמאַלער נאַציאָנאַלער קאָסטיום פֿון עטלעכע גרויסע ייִדישע עדות. אַחוץ צענטראַל־אַזיע, זענען אַזעלכע קליידער געווען אָנגענומען פֿאַר טראַדיציאָנעל־היימישע בײַ אַ טייל ייִדן אין מיטל־מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע.
בערך מיט 120 צוריק, האָבן אַ טייל בוכאַרישע ייִדן אָנגעהויבן זיך באַזעצן אין ירושלים און געשאַפֿן דאָרטן אַן אייגענעם קוואַרטאַל, וווּ די פֿרויען פֿלעגן טראָגן זייערע טראַדיציאָנעלע בגדים. עס זענען געבליבן נישט ווייניק אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון מיזרחדיקע ייִדישע פֿרויען, וואָס זענען מתפּלל בײַם כּותל־המערבֿי אָנגעטאָן אין לאַנגע קליידער מיט פּנים־צודעקענישן.
אַנשטאָט צו זאָרגן זיך, וואָס מענטשן טראָגן צי נישט אויף דער גאַס, איז כּדאַי צו באַקענען זיך בעסער מיט די אַמאָליקע טראַדיציעס און קולטורן. ס׳איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז במשך פֿון דער לאַנגער געשיכטע — צי מע זאָל עס באַטראַכטן הײַנט ווי אַ סימן עקסטרעמיזם, צי נישט — זענען אין די טראַדיציאָנעלע ייִדישע עדות אַרום דער וועלט געווען אָנגענומען פֿאַרשיידנאַרטיקע מלבושים, פֿון דער כּמו־מוסולמענישער פּאַראַנדזשאַ ביז די איטאַליענישע דעקאָלטירטע טאַנץ־קליידער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.