דער נאָמען פֿון אַנע פֿראַנק ווערט באַלד פֿאַרבונדן מיט איר טאָגבוך, וואָס האָט געמאַכט זי באַקאַנט איבער דער גאַנצער וועלט. אָבער צוזאַמען מיט איר טאָגבוך, וואָס זי פֿלעג אים פֿאַרטרויען אירע אינטימע געדאַנקען און געפֿילן, האָט דאָס מיידעלע געהאַט נאָך איין פֿרײַנד — דער אַלטער, גראָבשטאַמיקער קאַשטאַן, וועלכער האָט צעשפּרייט זײַנע צווײַגן הינטער דעם שמאָלן בוידעם־פֿענצטערל. אַנע שרײַבט, ווי זי זעט פֿון איר באַליבט ווינקעלע אונטערן דאַך דעם בלויען הימל, די שיינע קרוין פֿונעם קאַשטאַן, וואָס אויף זײַנע בלעטער פֿינקעלען אויף דער זון די זילבערנע רעגן־טראָפּנס. פֿאַרשפּאַרט אין איר עלנטקייט, האָט אַנע באַגלייט מיטן בליק די מעוועס און אַנדערע פֿייגל. „איך גלייב, — האָט זי געשריבן, — אַז די נאַטור קאָן טרייסטן פֿון אַלע צרות‟. די בלעטער מיט זייער שאָרך האָבן איר אײַנגערוימט אַ האָפֿענונג פֿון אַ פֿרײַ לעבן, נישט געקוקט אויף דעם שוידער, וואָס האָט געבושעוועט אַרום איר.
ביידע — דער טאָגבוך און דער קאַשטאַן־בוים האָבן איבערגעלעבט דאָס מיידעלע. אָבער ווינטער 2009, ווען איבער אַמסטערדאַם האָט זיך דורכגעטראָגן אַ שטורעם־ווינט, האָט דער 170־יאָריקער קאַשטאַן, וואָס איז געוואַקסן אינעם הויף פֿונעם הויז נומער 188 אויף דער קײַזערסגראַכט־גאַס נישט אויסגעהאַלטן און געפֿאַלן. און דאָך איז ער נישט אומגעקומען. גוטע מענטשן האָבן אָנגעשניטן פֿון אים צווײַגלעך, וועלכע קאָנען וואַקסן אויך אין אַנדערע ווײַטע לענדער.
ווײַט פֿון אַמסטערדאַם, אין באָסטאָן, ריכטיקער אין דער ברוקלײַנער געגנט פֿון דער שטאָט, האָט אַן אַנדער מיידעלע, עליה פֿינקעל, זיך ערגעץ דערוווּסט וועגן דעם גורל פֿונעם אַלטן קאַשטאַן, דעם פֿרײַנד פֿון אַנע פֿראַנק, און די געשיכטע האָט אין איר אויפֿגעוועקט אַ גרויסן חשק צו דערשלאָגן זיך, אַז אויך אין איר היים־שטאָט, באָסטאָן, זאָל וואַקסן אַ בוים, אַן אָפּשפּראָצלינג פֿון יענעם אַמסטערדאַמער קאַשטאַן. און זי האָט זיך אירס דערשלאָגן.
עליה האָט אָנגעשריבן אַ בריוו דעם מעיאָר פֿון דער שטאָט, ער זאָל אויסזוכן אַ פּאַסיק אָרט, צו פֿאַרפֿלאַנצן אַ ביימעלע, וואָס מ‘האָט איר צוגעשיקט פֿון האָלאַנד; און אַזאַ אָרט האָט זיך געפֿונען אינעם הויפּט־פּאַרק פֿון דער שטאָט — Boston Common, וואָס האָט אַ רײַכע געשיכטע און אַ סך היסטאָרישע מאָנומענטן.
ס‘וועט נישט זײַן קיין גוזמא צו זאָגן, אַז דער פּאַרק איז דער עלטסטער אין גאַנץ אַמעריקע; דאָ האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט וויכטיקע פּאָליטישע און סאָציאַלע געשעענישן; דאָ, ערבֿ דער אַמעריקאַנער רעוואָלוציע, האָט זיך פֿאָרמירט די קאָלאָניאַלע מיליץ. בעת דעם בירגער־קריג פֿלעגן דאָ פֿאָרקומען די פּראָטעסט־מיטינגען קעגן קנעכטשאַפֿט, און זיך צונויפֿשטעלן די צפֿונדיקע מיליטער־טיילן, אַרײַנגערעכנט דעם באַוווּסטן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער 54סטן פּאָלק פֿון מאַסאַטשוסעטס.
אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט דער פּאָרק Boston Common זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּלאַץ, וווּ עס פֿלעגן אויפֿטרעטן די קעגנער פֿון דער וויעטנאַם־מלחמה און קעמפֿער פֿאַר די בירגער־רעכט. דאָ איז אויפֿגעטראָטן מאַרטין לוטער קינג. אַזוי אַז דאָס פֿאַרפֿלאַנצן אין דעם פּאַרק אַ בוים, אין אָנדענק פֿון אַנע פֿראַנק, ווערט באַטראָכט ווי אַ לאָגישער המשך און אַ רינג אין דער קייט פֿון קאַמף פֿאַר יושר און פֿאַרשטאַנד, טאָלעראַנץ צווישן מענטשן און פֿעלקער.
דעם זומער האָט דער טרוים פֿון עליה פֿינקעל זיך פֿאַרוויקלעכט. אין דעם שטאָטישן פּאַרק, לעבן דעם מאָנומענט פֿון סאָלדאַטן און מאַטראָסן, האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט אַרום הונדערט שילער, לערער, מלחמה־וועטעראַנען און מענטשן, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, אָפֿיציעלע פּערזאָנען, אין שפּיץ מיטן מעיאָר טאָמאַס מענינאָ, צו פֿאַרפֿלאַנצן דאָס קליינע ביימעלע פֿון אַנע פֿראַנק.
מענינאָ האָט באַטאָנט די דערציִערישע ראָלע פֿון דער געשעעניש. צום בוים פֿון אַנע פֿראַנק, האָט ער געזאָגט, וועלן קומען דורות תּלמידים, סטודענטן, אײַנוווינער פֿון באָסטאָן און טוריסטן. ס‘איז דאָך אַ סימבאָל פֿון מענטשלעכער טאָלעראַנץ, צווישן־באַציִונגען און גערעכטיקייט.
עליה פֿינקעל, דאָס 15־יאָריקע מיידל, האָט זיך געטיילט מיט אירע געפֿילן, איבערגעלעבט בײַם לייענען דעם טאָגבוך, ווי אויך בעתן באַזוכן דאָס הויז אין אַמסטערדאַם, וווּ אַנע מיט איר משפּחה האָט זיך אויסבאַהאַלטן. פֿרענקעל האָט באַמערקט, אַז דאָס פֿאַרפֿלאַנצן דאָס ביימעלע אין באָסטאָן איז אפֿשר דער גרעסטער עמאָציאָנעלער מאָמענט אין איר לעבן. זי האָפֿט, אַז ווען דאָס ביימעלע וועט אויסוואַקסן, וועט עס ווערן אַ סימבאָל פֿון האַרמאָנישע באַציִונגען צווישן מענטשן, און ווי אַזוי נישט צו פֿאַרלירן די האָפֿענונג און וווילקייט אין אַ צײַט פֿון גוואַלד און אַכזריות.
ס’איז וויכטיק צוגעבן, אַז גראָד די שילער פֿונעם גרויסן באָסטאָן, ווי אויך אייניקע פֿילאַנטראָפּן האָבן געהאָלפֿן צו זאַמלען 500 דאָלאַר, אַז אין דעם שיינעם שטאָטישן פּאַרק זאָל וואַקסן און בליִען אַנע פֿראַנקס בוים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.