דער גורל פֿונעם בעסאַראַבער ייִדנטום

The Fate of Bessarabian Jews

פֿון רעכטס: יאַנקל יאַקיר, יעקבֿ שטערנבערג, הערץ ריווקין־גײַסטינער, מאָטל סאַקציער.
פֿון רעכטס: יאַנקל יאַקיר, יעקבֿ שטערנבערג, הערץ ריווקין־גײַסטינער, מאָטל סאַקציער.

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published September 01, 2013, issue of September 13, 2013.

דרײַ נײַע פּובליקאַציעס פֿון ד‟ר משה לעמסטער, דעם ייִדישן דיכטער און פֿאָרשער פֿון דער קולטור־געשיכטע פֿון בעסאַראַבער ייִדן, דערצײלן װעגן מענטשן, װאָס פֿאַרקערפּערן דעם אײגנאַרטיקן בעסאַראַבער כאַראַקטער. היסטאָריש האָט זיך בעסאַראַביע געפֿונען אין דער גרענעץ־זאָנע צװישן פֿאַרשידענע מלוכות און פֿעלקער. דער געאָגראַפֿישער מצבֿ האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור אױף דעם קולטורעלן פּרצוף פֿון די בעסאַראַבער ייִדן. װי אַ מין קורצער אַרײַנפֿיר אינעם „נוסח בעסאַראַביע‟, קאָן דינען לעמסטערס העברעיִש בוך „בימי הסער והבניין‟ (אין די טעג פֿון שטורעם און בױען), װאָס באַקענט דעם ישׂראלדיקן לײענער מיט די פּראָמינענטע ייִדישע שרײַבער, כּלל־טוער און מוזיקער פֿון אַ בעסאַראַבער אָפּשטאַם — אַזעלכע װי שלמה ביקל, אפֿרים אױערבאַך, יחיאל שרײַבמאַן, אײַזיק ראַבױ און אַנדערע.

אינעם 20סטן יאָרהונדערט איז בעסאַראַביע עטלעכע מאָל איבערגעגאַנגען פֿון אײן פּאָליטישן בעל־הבית צו דעם אַנדערן. די אָרטיקע באַפֿעלקערונג האָט זיך אַלע מאָל געדאַרפֿט צופּאַסן צו די נײַע באַדינגונגען. פֿאַר ייִדן האָט דאָס, קודם־כּל, באַטײַט, אַז זײ מוזן זיך אױסלערנען אַ נײַע שפּראַך. אַזױ אַרום האָבן די בעסאַראַבער ייִדן כּסדר געקענט פֿיר שפּראַכן׃ צװײ ייִדישע, ייִדיש און העברעיִש, און צװײ מלוכישע, רומעניש און רוסיש.

לעמסטערס נײַע ביכער זײַנען אַ סימן־מובֿהק פֿון אָט דער פֿילשפּראַכיקײט: צװײ ביכער זײַנען אָנגעשריבן אױף רוסיש פֿאַר די אַמאָליקע סאָװעטישע ייִדן, און אײן בוך איז אַרױס אױף העברעיִש, פֿאַרן ישׂראלדיקן לײענער. דערצו דאַרף מען באַמערקן, אַז די הױפּט־שפּראַך פֿון לעמסטערס ליטעראַרישער שאַפֿונג איז ייִדיש, רוסיש און רומעניש רעדט ער פֿון קינדװײַז אָן. די קאָמפּליצירטע שפּראַך־סיטואַציע איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿונעם פּאָליטישן מצבֿ פֿון ייִדן אין בעסאַראַביע סײַ אונטער דער רוסיש־סאָװעטישער, סײַ אונטער דער רומענישער שליטה. און דװקא װעגן דעם דערצײלן לעמסטערס פֿאָרשערישע װערק.

די צװײ קורצע רוסישע ביכער אַנטהאַלטן דאָקומענטאַלע מאַטעריאַלן װעגן די גזירות קעגן דער ייִדישער קולטור אין די סאָװעטישע צײַטן, אָנהײבנדיק פֿונעם אַזױ-גערופֿענעם „ענין נומער 5390‟ פֿונעם יאָר 1949, און ביז די רדיפֿות פֿון די „רעפֿיוזניקס‟ אין די 1980ער יאָרן. לעמסטער אַנטפּלעקט די המשכדיקײט צװישן אָט די אַנטי־ייִדישע געריכט־פּראָצעסן, כאָטש זײ זײַנען פֿאָרגעקומען אין פֿאַרשידענע יאָרן און אין פֿאַרשידענע פּאָליטישע באַדינגונגען.

דער פּראָצעס פֿון 1949 איז געװען אַ טײל פֿון סטאַלינס קאַמפּאַניע קעגן דעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט בפֿרט, און קעגן דער ייִדישער קולטור בכלל. די קרבנות זײַנען געװען פֿיר ייִדישע שרײַבער — יעקל יאַקיר, מאָטל סאַקציִער, הערץ הײַסינער (ריװקין) און משה אַלטמאַן. די מאַטעריאַלן פֿון זײער אַרעסט און געריכט, װאָס געפֿינען זיך אינעם אַרכיװ פֿון די מאָלדאַווישע זיכערהייט־אָרגאַנען, אַנטפּלעקן די מעכאַניק פֿון סטאַלינס טעראָר־מאַשין, װאָס האָט פֿאַרשפּרײט איר מערדערישע פּראַקטיק אױף די נײַע סאָװעטישע טעריטאָריעס. אין אונטערשיד צו זײערע מאָסקװער און קיִעװער קאָלעגן, װאָס האָבן שױן געהאַט דורכגעלעבט דעם טעראָר פֿון די 1930ער יאָרן, זײַנען די בעסאַראַבער ייִדן געװען פֿריש און אַ ביסל נאַיִװ.

אַװדאי, זײַנען די פּראָטאָקאָלן פֿון די ברוטאַלע פֿאַרהערן אין די תּפֿיסות פֿון דער „קאַ־גע־בע‟ ניט קײן פֿאַרלאָזלעכער היסטאָרישער מקור; אָבער אײניקע פּרטים קלינגען גאַנץ גלייבעוודיק. למשל, דערצײלט יעקל יאַקיר װעגן זײַן באַזוכן בײַ דוד האָפֿשטײן אין מאָסקװע: „איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט װי אַ ייִדישער שרײַבער פֿון מאָלדאַװיע. האָפֿשטײן האָט מיר געזאָגט, אַז מײַן נאָמען איז אים ניט באַקאַנט. ער האָט באַקוקט מײַן צעריסענעם קאָסטיום און געפֿרעגט, פֿאַר װאָס בין איך אַזױ מאָדנע באַקלײדט. האָב איך אים דערקלערט, אַז אױפֿן װעג האָט מען מיך באַגנבֿעט […]

„איך האָב אים פֿאָרגעלײגט מײַנעם אַ ליד ׳מיזרח־מאָטיװן׳, אין װעלכן איך האָב קריטיקירט די מוסולמענישע מעטשעטן און ייִדישע שילן. אױסהערנדיק מיך האָט האָפֿשטײן אַ זאָג געטאָן: ׳פֿאַר װאָס זידלט איר אַזױ די שילן און מעטשעטן? אפֿשר פֿאַרשטעלן זײ אײַך די זון?׳ — און ער האָט איראָניש צוגעגעבן: ׳אײַערע לידער פּאַסן צו אײַערע הױזן. אױב איר װאָלט געשריבן אַנדערע לידער, װאָלט איר געטראָגן אַנדערע הױזן אױך׳. איך האָב זיך שטאַרק געחידושט. האָפֿשטײן האָט עס באַמערקט און דערקלערט, װאָס ער מײנט. ער האָט געזאָגט, אַז אַ דיכטער דאַרף גוט שפּירן דעם פּולס פֿון צײַט. ׳אָט, למשל, בין איך געװען אין פּאַעלסטינע אין 1923 און האָב געקעמפֿט קעגן ציוניסטן. הײַנט אָבער איז אַן אַנדער צײַט, און איך ביּּן אי אַ ציוניסט, אי אַ קאָמוניסט, און די דאָזיקע צװײ פֿאַרשידענע אָנשױנונגען לעבן זיך אײַן אין מיר אײנצײַטיק׳‟.

די דאָזיקע מעשׂה דערװײַזט, אַז אַפֿילו די געניטע סאָװעטישע שרײַבער האָבן צומאָל ניט געקאָנט ריכטיק שפּירן דעם „פּולס פֿון צײַט‟. דער קאָנפֿליקט צװישן ציוניזם און קאָמוניזם איז געװאָרן נאָך שאַרפֿער אין די 1970ער יאָרן, װען בײַם ייִנגערן דור בעסאַראַבער ייִדן האָבן זיך גענומען אױפֿװעקן נאַציאָנאַלע געפֿילן. דער קעשענעװער פּראָצעס פֿון 1971 קעגן יונגע ציוניסטישע אַקטיװיסטן איז אױך געװען אַן אָפּשפּיל פֿונעם גרעסערן געריכט אין רוסלאַנד, דאָס מאָל אין שײַכות מיטן אַזױ־גערופֿענעם „עראָפּלאַן־ענין‟, װען אַ גרופּע לענינגראַדער ייִדן האָט פֿאַרפּלאַנירט צו פֿאַרכאַפּן אַ סאָװעטישן עראָפּלאַן און אַרױספֿליִען קײן מערבֿ. פֿונעם גאַנצן פּלאַן האָט זיך אױסגעלאָזן אַ בױדעם, אָבער די אָרגאַניזאַטאָרן זײַנען לכתּחילה פֿאַרמישפּט געװאָרן צום טױט (שפּעטער האָט מען דאָס פֿאַרביטן אױף לאַנגע תּפֿיסה־טערמינען און, סוף־כּל־סוף, אַרױסגעלאָזט זײ קײן ישׂראל).

די קעשענעװער ייִדן האָבן צו דעם דאָזיקן ענין קײן דירעקט שײַכות ניט געהאַט, אָבער די סאָװעטישע מאַכט האָט אױסגענוצט די דאָזיקע געלעגנהײט צו סטראַשען די ייִדישע באַפֿעלקערונג, כּדי מען זאָל ניט חלומען װעגן עמיגראַציע. און דאָך איז די ייִדישע עמיגראַציע פֿון מאָלדאַװיע אָנגעגאַנגען אין די 1970ער יאָרן אין פֿולן שװוּנג, ביז מען האָט זי אָפּגעשטעלט אַרום 1980–1981, צוליב די פֿאַרערגערטע פּאָליטישע באַציִונגען מיט אַמעריקע. װעגן דעם קאַמף פֿון די „רעפֿיוזניקעס‟ אין די 1980ער יאָרן דערצײלט דאָס צװײטע רוסישע בוך פֿון דער סעריע.

דורך די טרוקענע פּראָטאָקאָלן פֿון סאָװעטישע געריכטן טרעטן אַרױס ביטערע מענטשלעכע גורלות. כּדי בעסער צו דערקלערן דעם שװערן מצבֿ פֿון די ייִדישע ליטעראַטן און אַקטיװיסטן אין סאָװעטישער מאָלדאַװיע האָט לעמסטער צוגעגעבן פּערזענלעכע זכרונות פֿון די, װאָס האָבן איבערגעלעבט די רדיפֿות און געפֿונען אַ נײַע הײם אין ישׂראל. אָבער די דאָזיקע ביכער האָבן ניט נאָר אַ היסטאָרישן אינטערעס; װי עס באַמערקט אין זײַן הקדמה דער פֿאָרזיצער פֿון דער װעלט־פֿעדעראַציע פֿון בעסאַראַבער ייִדן ד‟ר דני קאָרן, קאָנען די דאָזיקע טראַגישע און פֿאַרס־געשיכטעס העלפֿן בעסער צו פֿאַרשטײן אױך דאָס, װאָס עס קומט פֿאָר איצט אין אײניקע טײלן פֿון דער אַמאָליקער סאָװעטישער מלוכה.