ווייניק זאַכן פֿאַרחידושן מיך, ווען עס גייט אַ רייד וועגן אומגעוויינטלעכע מעטאָדן פֿון קינדער־בילדונג. אין מײַן בוך „Playing to Win: Raising Children in a Competitive Culture‟ („שפּילן צו געווינען: קינדער־דערציִונג אין אַ פֿאַרמעסט־קולטור‟), וואָס איז ערשט אַרויס, דערצייל איך וועגן 95 משפּחות, וואָס זייערע גאַנץ קליינע קינדער באַטייליקן זיך אין שאָך־, טאַנץ־ און פֿוטבאָל־פֿאַרמעסטן. ווען איך האָב געפֿירט מײַן פֿאָרשונג פֿאַרן בוך, האָב איך זיך אָבער אָנגעטראָפֿן אויף אַ פֿענאָמען, וואָס איך האָב נאָך קיינמאָל נישט געהערט דערפֿון: העברעיִשע בילדונג אין דער היים מיט פּריוואַטע לערער.
אין דער אמתן, לייגט זיך דאָס אויפֿן שׂכל. דער חידוש באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס אַלץ מער עלטערן פֿאַרנעמען זיך מיט דער ייִדישער בילדונג פֿון זייערע קינדער דווקא אין דער היים, אַנשטאָט די טראַדיציאָנעלע העברעיִשע שולן. אַ טאַטע אין איינער פֿון די פֿוטבאָל־משפּחות האָט איבערגעגעבן, אַז זײַנע קינדער פֿלעגן גיין אין אַ רעפֿאָרם־טעמפּל. צוליב דעם, וואָס זיי שפּילן פֿוטבאָל צוויי־דרײַ מאָל אַ וואָך, קענען זיי אָבער נישט לערנען אין אַ געהעריקער רעליגיעזער שול.
דערצו, האָט דער טאַטע צוגעגעבן, באַקומען זיי אין דער היים אַ בעסערע בילדונג. ווען ער איז געווען אַ קינד, האָט ער פֿײַנט געהאַט די העברעיִשע שול. דעריבער האָבן זיי באַשלאָסן צו ברענגען כּסדר אַהיים אַ ראַבינער, וועלכער גרייט זיי צו און פֿירט דורך זייער בר־מיצווה און בת־מיצווה. פֿאַר די קינדער איז עס אַ סך מער באַדײַטפֿול.
די סטאַטיסטיק ווײַזט, אַז די שאָך־משפּחות זענען פֿאַרשפּרייט צום מערסטן בײַ ייִדן, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע רעליגיעזע גרופּעס. מיר איז געווען אַ חידוש, וואָס ווייניק פֿון די „שאָך־עלטערן‟ שיקן זייערע קינדער אין די געוויינטלעכע העברעיִשע שולן, אָדער נעמען זיי כּסדר אַרויס, זיי זאָלן זיך אָפּרוען, און לערנען די ייִדישע ענינים אין דער היים.
דער צוועק פֿון די העברעיִשע שולן איז נישט בלויז די בילדונג גופֿא, נאָר אויך אַ פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער קהילה. אין אַ טייל ערטער זענען די העברעיִשע שולן דאָס איינציקע אָרט אין דער בילדונג־פּראָגראַם, וווּ אַ קינד לערנט זיך צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדן. הגם די היים־בילדונג קאָן זײַן בעסער, קאָן עס אויך איזאָלירן די קינדער פֿון דער קהילה.
אַ טייל עלטערן טענהן אויך, אַז די העברעיִשע שולן לייגן אַרויף אַ צו שווערע משׂא אויף די קינדער. איין „פֿוטבאָל־טאַטע‟, אַ שטאַרק פֿאַרנומענער אינוועסטיציע־פּראָפֿעסיאָנאַל, האָט געטענהט, אַז זײַן אַרבעט זעט אויס גאַנץ לײַכט, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַלע לימודים אין דער געוויינטלעכער שול צוזאַמען מיט דער העברעיִשער, נעמענדיק אין באַטראַכט פֿאַרשיידענע הוספֿה־קלאַסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.