נישט געקוקט אויף דעם בכּבֿודיקן 70־יאָריקן עלטער, גייט ידידיה יהודה לײַכט איבער די שמאָלע באַרג־שטעגלעך אין צפֿון־אַזערבײַדזשאַן — אַזוי לײַכט און זיכער, אַז פֿאַר אַ זײַטיקן מענטש זעט עס אויס מסוכּן. יהודה וואָרנט יענעם, וואָס וויל באַזוכן קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ, אַ קליינע שטאָט אויפֿן צפֿונדיקן ברעג פֿונעם טײַך קודיאַל, אַז ער מוז זײַן פֿאָרזיכטיק, כּדי נישט אַראָפּצופֿאַלן פֿון די בערג, וווּ די אָרטיקע תּושבֿים פֿילן זיך אָבער גאַנץ באַקוועם און זיכער.
קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ איז אַן אוניקאַל שטעטל, וווּ עס וווינען בלויז קאַווקאַזישע באַרג־ייִדן. טויזנטער פֿון זיי האָבן דאָרטן געלעבט במשך פֿון 300 יאָר. יהודה ווײַזט מיר מיט שטאָלץ די נײַע גרויסע געבײַדע מיט אַ רויטן דאַך און סקולפּטור־פּאַנעלן, אויסגעקריצט פֿון קאַלכשטיין, און דערקלערט, אַז דאָס איז דער קבֿר פֿונעם אָרטיקן רבֿ, גרשון בן ראובֿן, וועלכער איז געשטאָרבן מיט 122 יאָר צוריק. דער אוהל איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן מיט אַ יאָר צוריק דורך די געוועזענע תּושבֿים פֿונעם שטעטל, וועלכע זענען אַוועקגעפֿאָרן, זוכנדיק אַ בעסערע פּרנסה.
די באַרג־ייִדישע קהילה האָט אַמאָל געליטן פֿון רדיפֿות מצד די פּערסישע מלחמה־פֿירער. אונטער דער סאָוועטישער מאַכט און בעת דעם אויפֿשטײַג פֿונעם פּאָסט־סאָוועטישן נאַציאָנאַליזם איז זייער לעבן אויך נישט געווען רויִק. די עיקר־פּראָבלעם פֿונעם שטעטל איז אָבער, אויפֿן הײַנטיקן טאָג, וואָס אַלץ ווייניקער מענטשן ווילן בלײַבן אין דער אָרעמער דאָרפֿישער געגנט.
יהודה האָט געזאָגט, אַז אַ סך ייִדן, יונגע און אַלטע, זענען אַוועקגעפֿאָרן פֿונעם שטעטל. ער אַליין פֿאַרברענגט אַ טייל פֿון זײַן צײַט אין אור־עקיבֿא, לעבן תּל־אָבֿיבֿ, הגם ער קערט זיך אום כּסדר אַהיים. מיט 20 יאָר צוריק, ווי מײַן וועגווײַזער האָט דערציילט, האָבן אינעם שטעטל געוווינט 8,500 ייִדן; הײַנט זענען געבליבן נאָר 2,000. דרײַ פֿערטל פֿון דער באַפֿעלקערונג זענען אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל, מאָסקווע און באַקו, די הויפּטשטאָט פֿון אַזערבײַדזשאַן. דער געוועזענער רבֿ, אָדם דאַווידאָוו, וווינט איצט אין ירושלים.
איצט פּלאַנירט מען צו שאַפֿן אין קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ דעם ערשטן מוזיי פֿון די באַרג־ייִדן. דער פּראָיעקט ווערט אָנגעפֿירט דורכן געשעפֿטסמאַן גערמאַן זאַכאַראַיעוו — אַן אָרטיקער מענטש, וואָס וווינט איצט אין מאָסקווע. די באַרג־ייִדן אָדער דזשוהוראָ זענען די גרעסטע ייִדישע עדה אין אַזערבֿײַדזשאַן. די אַנדערע צוויי זענען אַשכּנזים און גרוזינער. די שפּראַך דזשוהורו איז אַ געמיש פֿון אַ פּערסישן דיאַלעקט און לשון־קודש.
יעדן זומער, אַרום תּישעה־באָבֿ, קערן זיך אַ סך אָרטיקע ייִדן צוריק קיין קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ, צו באַזוכן די קברי־אָבֿות. אַ טייל פֿון זיי בלײַבן אינעם שטעטל אויף עטלעכע חדשים.
אַזוי ווי די אָרטיקע מוסולמענער, וואָס זענען על-פּי־רובֿ שיִיִטן, טוען די באַרג־ייִדן אויס די שיך, ווען זיי קומען אַרײַן צו דאַוונען אין דער פּרעכטיקער קולטאַקי־שיל. בסך־הכּל, זענען אינעם שטעטל פֿאַראַן 12 שילן; ס׳רובֿ זענען אָבער הײַנט ליידיק. די אָרטיקע ייִדן דערציילן וועגן זייער וואַרעמע באַציִונגען מיט דער שיִיִטישער מערהייט פֿון אַזערבײַדזשאַן. „עס וואָלט נישט געקאָנט בעסער זײַן‟, האָט איבערגעגעבן יהודה אַבראַמאָוו. מע זעט כּסדר ייִדן מיט יאַרמלקעס אין קובע — אַ נישט־ייִדיש שטעטל לעבן קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ, וואָס געפֿינט זיך אויף דער אַנדערער זײַט פֿונעם טײַך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.