מיר זענען אַלע מאַרסיאַנער

We Are All Martians

סטיווען בענער
סטיווען בענער

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 04, 2013, issue of September 27, 2013.

אינעם קלאַסישן סאָוועטישן פֿילם „קאַרנאַוואַל־נאַכט‟, וואָס דער באַרימטער רעזשיסאָר עלדאַר ריאַזאַנאָוו האָט געשאַפֿן אינעם יאָר 1956, האָט מען פֿאַרבעטן אַ לעקטאָר אויפֿצוטרעטן אויף דער בינע לכּבֿוד דעם קומענדיקן נײַעם יאָר, און צו דערציילן דעם עולם, צי ס׳איז פֿאַראַן לעבעדיקע באַשעפֿענישן אויף מאַרס. דער לעקטאָר האָט זיך שטאַרק אָנגעשיכּורט פֿאַרן אויפֿטריט און געזאָגט אַ שאַרפֿע דרשה, אינעם בעסטן סטיל פֿונעם קאָצקער רבינס פּאַראַדאָקסאַלע ווערטלעך. „צי ס׳איז יאָר פֿאַראַן לעבן אויף מאַרס, צי נישט פֿאַראַן — הייבט נישט די וויסנשאַפֿט אָן צו וויסן‟.

הגם ס׳איז אַ קאָמישע סצענע, האָט דער שיכּורער פּראָפֿעסאָר אַרויסגעזאָגט אַ וויכטיקן געדאַנק. ווען די וויסנשאַפֿטלער קאָנען עפּעס נישט באַשטימען, איז עס אויך אַ ווערטפֿולער וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַקט. אינעם מאַרסיאַנער קלימאַט קאָנען, אין פּרינציפּ, אויסלעבן געוויסע פּרימיטיווע אָרגאַניזמען, וואָס טרעפֿן זיך אין די הויכע שיכטן פֿון דער ערד־אַטמאָספֿערע און אין די קעלטסטע ראַיאָנען פֿון אַנטאַרקטיקע.

סטיווען בענער, אַן אָנגעזעענער געאָכעמיקער, וועלכער האָט פֿריִער געאַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר בײַם פֿלאָרידער אוניווערסיטעט און האָט געגרינדעט אינעם יאָר 2005 אַן אייגענעם פֿאָרש־אינסטיטוט, אין אָנדענק פֿונעם אַמעריקאַנער כעמיקער פֿראַנק וועסטהײַמער, איז דעם 29סטן אויגוסט אויפֿגעטראָטן אויף דער יערלעכער „גאָלדשמידט־קאָנפֿערענץ‟ פֿון געאָכעמיקער, און געזאָגט זײַנע קאָלעגן, אַז אַלע מענטשן זענען, מעגלעך, מאַרסיאַנער.

לויט בענערן, זענען די ערשטע לעבעדיקע אָרגאַניזמען אָנגעקומען אויף אונדזער פּלאַנעט מיט אַ מאַרסיאַנער מעטעאָריט. הגם די ווײַטערדיקע עוואָלוציע פֿונעם לעבן איז פֿאָרגעקומען דאָ־הי, שטאַמט דאָס עצם־לעבן פֿון דער רויטער פּלאַנעט, וועלכע איז דעמאָלט געווען, מסתּמא, נישט רויט, נאָר גאַנץ גרין און לעבעדיק, ווי די הײַנטיקער ערד.

פֿאַר אַ זײַטיקן מענטש קאָן אַזאַ טעאָריע קלינגען ווילד פֿאַנטאַסטיש. בענער איז אָבער נישט קיין אויסטערלישער טעאָרעטיקער, נאָר אַ גרויסער מומחה אין „סינטעטישער ביאָלאָגיע‟ און דער גרינדער פֿונעם דאָזיקן געביט פֿון וויסנשאַפֿט, וואָס שטרעבט נאָכצומאַכן, דורכן כעמישן סינטעז, די קאָמפּליצירטע פּראָצעסן אין די לעבעדיקע אָרגאַניזמען, אַרײַנגערעכנט גענעטיק און עוואָלוציע.

אינעם יאָר 1984, האָט ברענערס לאַבאָראַטאָריע צום ערשטן מאָל קינסטלעך קאָנסטרויִרט אַ גען. אינעם יאָר 1989, האָט זי געשאַפֿן אַ מאָדיפֿיצירטע ווערסיע פֿונעם גענעטישן קאָד און געמאָלדן, אַז ער איז מסוגל צו עוואָלוציאָנירן ווי די נאַטירלעכע אָרגאַניזמען. די עקספּערימענטן זענען געשטיצט געוואָרן פֿון „נאַסאַ‟; די קאָסמאָס־אַגענטור האָפֿט, אַז אַזעלכע פֿאָרשונגען קאָנען העלפֿן זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי דאָס לעבן האָט געקאָנט זיך אַנטוויקלען אויף אַן אַנדער פּלאַנעט. בענערס גרופּע אַרבעט איצט איבער נײַע קאָסמאָס־פּראָבעס, וואָס „נאַסאַ‟ וועט אָפּשיקן אויפֿן רויטן פּלאַנעט, האָפֿנדיק צו לייזן די דערמאָנטע קשיא פֿונעם סאָוועטישן פֿילם.

בענערס פֿאָרשונגען האָבן געוויזן, אַז ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי די ערשטע לעבעדיקע אָרגאַניזמען האָבן געקאָנט אויפֿקומען און עקזיסטירן מיט 4 מיליאַרד יאָר צוריק אויף דער ערד, וועלכע איז דעמאָלט געווען אינגאַנצן באַדעקט מיט הייס וואַסער; ס׳איז שווער פֿאָרצושטעלן, אַז דאָס לעבן האָט זיך „אויסגעקאָכט‟ אין אַן אָרט, וואָס זעט אויס ווי אַ זודיקער טשײַניק.

בענערס צווייטע קשיא איז מער קאָמפּליצירט. די הײַנטיקע ביאָלאָגן האַלטן, אַז אינעם אויפֿקום פֿונעם לעבן האָט געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אַ הויך־אָקסידירטע מינעראַלע פֿאָרעם פֿונעם עלעמענט מאָליבדעניום. מיט דרײַ מיליאַרד יאָר צוריק איז אָבער אין דער ערד־אַטמאָספֿער כּמעט נישט געווען קיין זויערשטאָף, דערפֿאַר האָט אַזאַ מינעראַל נישט געקאָנט זיך געפֿינען אין יענער ווײַטער תּקופֿה אויף אונדזער פּלאַנעט. אַן אַנדער לעבנס־וויכטיקער עלעמענט, באָר, וואָלט נישט געקאָנט זיך קאָנצענטרירן אין אַ מערקווירדיקער קוואַנטיטעט אין אַ פֿאַרפֿלייצטער סבֿיבֿה אָן קיין יבשה־ראַיאָנען.

מאַרס איז אָבער גאָר אַן אַנדער פּרשה. מיט דרײַ־פֿיר מיליאַרד יאָר צוריק האָט דאָרטן געהערשט אַ „פֿרײַנדלעכער‟ וואַרעמער קלימאַט. אין דער אַטמאָספֿער איז געווען גענוג זויערשטאָף, ווי עס ווײַזט דער אַנאַליז פֿון די מאַרסיאַנער מינעראַלן. די אַנדערע שטאָפֿן, אַרײַנגערעכנט דעם מאָליבדעניום־אָקסיד זענען, לויט בענערס אַנאַליז, אויך געווען דאָרטן בנימצא.

די געאָלאָגן האָבן שוין געפֿונען עטלעכע צענדליקער מעטעאָריטן, וואָס זענען געפֿאַלן אויף דער ערד פֿון מאַרס. אַ שטאַרקער וווּלקאַן־אויסבראָך אָדער אַ צונויפֿשטויס מיט אַ גרויסן מעטעאָריד וואַרפֿט צומאָל אַרויס שטיינער אינעם קאָסמאָס, וועלכע דערגרייכן, פֿון צײַט צו צײַט, אַן אַנדער פּלאַנעט.

וואָס שייך דעם הײַנטיקן מאַרס, גלייבט בענער, אַז דאָרטן קאָנען נאָך אַלץ זײַן געוויסע לעבעדיקע באַשעפֿענישן. ער האָט אָבער באַטאָנט, אַז צו אונדזער מזל האָט דאָס לעבן „אַריבערגעשפּרונגען‟, מיט מיליאַרדן יאָר צוריק, אין אַ מער פּאַסיק אָרט: צו אונדזער ערד.

בענערס עצם־געדאַנק איז נישט קיין גרויסער חידוש. אַ ריי וויסנשאַפֿטלער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָבן זיך משער געווען, אַז דער „זוימען פֿון לעבן‟ האָט געקאָנט קומען אויף אונדזער פּלאַנעט פֿון קאָסמאָס. אַזאַ טעאָריע הייסט „פּאַנספּערמיע‟. אַ טייל אָנהענגער פֿון דער דאָזיקער היפּאָטעז האַלטן, אַז דאָס לעבן אויף דער ערד שטאַמט נישט פֿון מאַרס, נאָר גאָר פֿון קאָמעטן אָדער אַן אַנדער שטערן־סיסטעם.

מע קאָן זאָגן, אַז דער חידוש פֿון בענערס געדאַנק איז פֿאַרבונדן מיט דער לאָגיק פֿונעם דערמאָנטן סאָוועטישן פֿילם־פּערסאָנאַזש. כּל־זמן מע ווייסט נישט אויף זיכער, צי דאָס לעבן עקזיסטירט טאַקע אויף מאַרס, בלײַבט עס בלויז אַ טשיקאַווע פֿילאָסאָפֿישע פֿראַגע. מע ווייסט אָבער יאָ, לויט אַלע סימנים, אַז מאַרס איז אַמאָל געווען פּאַסיק פֿאַר לעבעדיקע באַשעפֿענישן.

אויף דער פֿראַגע, צי דאָס לעבן וואָלט געקאָנט אויפֿקומען פֿון זיך אַליין אויף דער ערד, ענטפֿערט בענער, אַז דווקא נישט. דערפֿאַר מאַכט ער דעם אויספֿיר, אַז עס שטאַמט פֿון מאַרס, ווי דער בעסטער באַקאַנטער קאַנדידאַט.

אַ צאָל הײַנטצײַטיקע ייִדישע דענקער האָבן געטראַכט, ווי אַזוי די מאָדערנע עוואָלוציע־טעאָריע קאָן מען פֿאַרשטיין בשלום מיט דער טראַדיציאָנעלער מעשׂה־בראשית. צום בײַשפּיל, הרבֿ אַריה קאַפּלאַן, אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿיזיקער און אַ באַקאַנטער פֿרומער קבלה־פֿאָרשער, האָט זיך שטאַרק אינטערעסירט מיט דער דאָזיקער טעמע. ווי ס׳איז באַקאַנט, שטייט אינעם חומש בראשית געשריבן, אַז אויפֿן דריטן טאָג פֿון ששת־ימי־בראשית האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן די געוויקסן, און אויפֿן פֿערטן — די זון, די לבֿנה און די שטערן אויפֿן הימל, זיי זאָלן דינען ווי דער יסוד פֿונעם קאַלענדאַר.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז מע קאָן אָפּטײַטשן די פּרשה לויט דער דערמאָנטער מאַרסיאַנער טעאָריע. לאָמיר זאָגן, אַז די ערשטע באַקטעריעס און געוויקסן שטאַמען פֿון מאַרס. דער קאַלענדאַר איז דאָרטן אַוודאי אַן אַנדערער און אַנשטאָט דער לבֿנה זענען פֿאַראַן צוויי קליינטשיקע לבֿנהלעך. דערנאָך איז דאָס לעבן איבערגעפֿלאַנצט געוואָרן אונטער אונדזער באַקאַנטן הימל. אָדער, אפֿשר, קומט עס טאַקע, ווי עס גלייבן אַ טייל טעאָרעטיקער, גאָר פֿון אַן אַנדער הימל מיט אַנדערע שטערן?