דאָס שמועסן צו פֿיל אין שיל האָט שוין הונדערטער יאָרן לאַנג אַרויסגערופֿן אַ וואָרענונג מצד די רבנים. לויטן מחבר פֿונעם „תּוספֿות יום־טובֿ‟, הרבֿ יום־טובֿ ליפּמאַן־העלער, איז כמיעלניצקיס שחיטה פֿון טויזנטער ייִדן אין אוקראַיִנע מסתּמא געווען אַ שטראָף צוליב דעם וואָס די ייִדן האָבן זיך נישט אויפֿגעפֿירט לײַטיש בעתן דאַוואַנען.
פֿון דעסטוועגן, זאָגן אַ צאָל אָרטאָדאָקסישע רבנים, אַז זיי קאָנען נישט קאָנטראָלירן דאָס רעדן בעתן דאַווענען. די רעפֿאָרם־ראַבינער, פֿון דער אַנדערער זײַט, זאָגן, אַז זייערע מתפּללים רעדן בכלל נישט. (דאָס דערמאָנט דעם אַלטן וויץ: פֿאַר וואָס שווײַגן די מענער אין אַ רעפֿאָרם־טעמפּל, אָבער אין אַן אָרטאָדאָקסישער שיל רעדן זיי? ווײַל אין אַ רעפֿאָרם־טעמפּל זיצן זיי לעבן זייערע ווײַבער.)
הײַיאָר, במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פּאָר חדשים פֿאַר די ימים־נוראָים, האָט אַן אַנאָנימער אַקטיוויסט געשטעלט אַ ריי רעקלאַמעס אין אַ ברוקלינער ייִדישער צײַטונג, רופֿנדיק די אָרטאָדאָקסישע ייִדן צו שווײַגן אין שיל. לויטן דין, איז פֿאַרווערט צו שמועסן בעת געוויסע תּפֿילות, ווי די „קדושה‟ בײַ דער שמונה־עשׂרה, און געוויסע שילן זאָגן אַפֿילו אַ ספּעציעלע תּפֿילה לטובֿת די מתפּללים, וועלכע רעדן נישט בעתן דאַווענען. פֿון דעסטוועגן, שמועסט מען ווײַטער.
„ס׳איז אַן ערנסטע פּראָבלעם,‟ האָט דערקלערט הרבֿ אָשר לאָפּאַטין, דער נײַער פּרעזידענט פֿונעם לינק־געשטימטן רבנים־סעמינאַר, „חובֿבֿי תּורה‟. „דאַכט זיך, אין געוויסע שילן, האָט דער רבֿ זיך פּשוט אונטערגעגעבן.‟
די פּראָבלעם איז נישט בלויז בײַ די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן. עזרא פֿרידלאַנדער, אַ ניו־יאָרקער פּאָליטישער קאָנסולטאַנט, וועלכער דאַוונט אין אַ חסידישן שטיבל אין באָראָ־פּאַרק, זאָגט, אַז ער האַלט אין איין דערמאָנען די מתפּלים צו שווײַגן. „דאָס רעדן שטערט מיך — האָט ער געזאָגט — און מיר דאַכט זיך, אַז גאָט געפֿעלט עס אויך נישט.‟
אַ טייל מענטשן האַלטן, אַז די פּראָבלעם נעמט זיך ווי אַ רעזולטאַט פֿון דעם שעהען־לאַנגן דאַווענען; אַנדערע זאָגן, אַז די אָרטאָדאָקסישע ייִדן פֿילן זיך אַ ביסל צו באַקוועם אין שיל. „אונדזערע מתפּללים מאַכן זיך אַזוי היימיש אין שיל, אַז עס פֿעלט בײַ זיי דאָס געהעריקע ייִראת־שמיים,‟ האָט לאָפּאַטין באַמערקט.
אויף דער אינטערנעץ געפֿינען זיך אַ ריי אַרטיקלען אויף דער טעמע. דער מחבר פֿון איין אַרטיקל באַשולדיקט אַפֿילו די טאַטעס, וועלכע שמועסן אין שיל, אינעם אַוועקטרײַבן זייערע קינדער פֿון פֿרומקייט.
די אַנטי־שמועס רעקלאַמעס אין דעם Flatbush Jewish Journal, אַ וואָכנבלאַט אין די פֿרומע קרײַזן אין ניו־יאָרק, האָבן צוגעזאָגט „פּרנסה, שידוכים, רפֿואות און ישועות‟ פֿאַר יענע ייִדן, וועלכע זיצן שטיל אין שיל, און האָט גערופֿן די לייענער צו שיקן בריוולעך צו StopTalking@gmail.com, דערציילנדיק ווי אַזוי דאָס לעבן האָט זיך בײַ זיי געביטן נאָך דעם ווי זיי האָבן אויפֿגעהערט שמועסן בעתן דאַווענען. אַ בליצפּאָסט וואָס דער מחבר פֿון די שורות האָט געשיקט צו יענעם אַדרעס האָט אָבער נישט באַקומען קיין ענטפֿער.
שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס שמועסן די מתפּללים אין אַן אָרטאָדאָקסישער שיל, אָבער אין די רעפֿאָרם־שילן — נישט? איין סיבה איז, ווײַל די ערשטע רעפֿאָרם־טעמפּלען אין אַמעריקע האָבן זיך מאָדעלירט נאָך די פּראָטעסטאַנטישע קלויסטערס. „די נישט־ייִדן זענען אָפֿט געווען שאָקירט פֿונעם טומל אין די אָרטאָדאָקסישע שילן,‟ האָט דערקלערט דזשאָנאַטאַן סאַרנאַ, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט. האָבן די רעפֿאָרם־ייִדן פֿאַרקירצט דאָס דאַווענען, האַלטנדיק, אַז ס׳וועט מסתּמא זײַן גרינגער אָנצוהאַלטן דיסציפּלין במשך פֿון אַ שעה, איידער פֿיר אָדער פֿינף שעה. זיי האָבן אויך אַרײַנגעשטעלט אַן אָרגל, כּדי אָפּצומוטיקן דאָס שמועסן, האָט סאַרנאַ געזאָגט.
דזשאָיִ וויזנבערג, דער מוזיק־דירעקטאָר פֿון דער „קיין־סטריט סינאַגאָגע‟, אַ קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגע אין ברוקלין, זאָגט, אַז דאָס רעדן אין שיל איז פֿאַרשטענדלעך, אָבער ער זעט אויך די וויכטיקייט פֿון שווײַגן. „אויב מיר וועלן זיך באַציִען צו דער שיל ווי אַ מקום־קודש, קאָן עס טאַקע ווערן אַזוי,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.