ווען מאַניאַ מאָנסאָן האָט פֿאַרלוירן איר אַרבעט אינעם יאָר 2010, האָט זי געוווּסט, אַז זי וועט נישט באַקומען קיין אַרבעטלאָזיקייט־פֿאַרזיכערונג. מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער איז זי פֿאַרגאַנגען אין טראָגן און פֿאַרשטאַנען, ווי שווער עס איז זיך צו באַגיין אָן דער שטיצע.
ווען מאָנסאָן וואָלט געאַרבעט אין אַן אָרטיקער אַפּטייק, למשל, וואָלט זי באַקומען פֿאַרזיכערונג־געלט, זײַענדיק אַן אַרבעטלאָזע, במשך פֿון עטלעכע חדשים. זי האָט אָבער געאַרבעט ווי די יוגנט־דירעקטאָרין בײַ דער קאָנסערוואַטיווער שיל „עדת ישורון‟ אין עלקינס פּאַרק, שטאַט פּענסילוועניע. לויט די פֿעדעראַלע און ס׳רובֿ שטאַט־געזעצן, מוזן די רעליגיעזע אָרגאַניזאַציעס נישט באַצאָלן די שטײַערן פֿאַר אַרבעטלאָזיקייט־פֿאַרזיכערונג.
מאָנסאָן האָט דערקלערט, אַז די אַרבעט אין די נישט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציעס איז אָפֿט שווערער, ווײַל איין מענטש מוז אויספֿירן די פֿונקציעס פֿון עטלעכע אַרבעטער. די שיל האָט איר יאָ געצאָלט אַ געוויסע שטיצע־סומע במשך פֿון עטלעכע חדשים. מאָנסאָן האָט באַטאָנט, אַז זי איז נישט ברוגז אויף אירע געוועזענע אַרבעט־געבער. פֿונדעסטוועגן, האָט זי דערקלערט, „בלײַבט מען צום סוף מיט גאָרנישט‟.
אַ צאָל ייִדישע גרופּעס האָבן גערופֿן די רעליגיעזע אָרגאַניזאַציעס צו פֿאַרברייטערן די סיסטעם פֿון אַרבעטלאָזיקייט־בענעפֿיטן. אין אַלע דרײַ ייִדישע הויפּט־דענאָמינאַציעס איז עס אָבער ווייניק פֿאַרשפּרייט. אינעם יאָר 2012, האָט די „נאַציאָנאַלע אַסאָציאַציע פֿון טעמפּל־אַדמיניסטראַטאָרן‟ דורכגעפֿירט אַ פֿאָרשונג פֿון 108 רעפֿאָרמער סינאַגאָגעס און אויסגעפֿונען, אַז בלויז 29 פּראָצענט פֿון זיי באַצאָלן זייערע געוועזענע באַאַמטע, ווען זיי פֿאַרלירן די אַרבעט. דער ראַבינער דוד סאַפּערשטיין, דער דירעקטאָר פֿונעם „צענטער פֿאַר רעליגיעזע אַקציעס‟, האָט דערקלערט, אַז די רעפֿאָרמער באַוועגונג קאָן נישט צווינגען אירע שילן צו פֿאַרזיכערן די אַרבעטלאָזע.
בײַ די קאָנסערוואַטיווע ייִדן איז דער מצבֿ דער זעלבער. סטיווען ווערניק, דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון דער „פֿאַראייניקטער קאָנסערוואַטיווער סינאַגאָגע‟ האָט דערקלערט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע פֿאָדערט נישט בײַ אירע שילן צו באַזאָרגן די אַרבעטלאָזע און נישט קיין רעקאָמענדאַציעס וועגן דעם.
אינעם „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟ איז אויך נישטאָ קיין כּללים וועגן דער אַרבעטלאָזיקייט־פֿאַרזיכערונג. די אָרגאַניזאַציע האָט בכלל נישט געוואָלט רעדן וועגן דעם מיט דער ייִט״אַ.
בײַ די רבנים איז די מעשׂה אַנדערש. געוויינטלעך, באַקומען זיי אַ גאַראַנטירטע קאָמפּענסאַציע לויטן קאָנטראַקט, אויב זיי פֿאַרלירן זייער פּאָזיציע.
ראָבערט פֿרידמאַן, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער שיל „עדת ישורון‟, וווּ מאָנסאָן פֿלעגט אַרבעטן, האָט דערקלערט, אַז ווען די סיסטעם פֿון אַרבעטלאָזיקייט־פֿאַרזיכערונג וואָלט געווען אָנגענומען, וואָלט ער געקאָנט געפֿינען געלט פֿאַר דעם. אינעם הײַנטיקן מצבֿ וואָלט אָבער געווען צו שווער צו געפֿינען דאָס נייטיקע געלט.
אינעם יאָר 2008, האָט די קאָנסערוואַטיווע ראַבינערין דזשיל דזשייקאָבס געפּסקנט, אַז די שילן מוזן על־פּי־הלכה יושרדיק באַהאַנדלען זייערע מיטאַרבעטער. זי האָט גערעדט וועגן די שׂכירות און דעם רעכט אַרײַנצוטרעטן אין אַ פֿאַראיין. דזשייקאָבס האָט אָבער דערקלערט דער ייִט״אַ אין אַן אינטערוויו, אַז מע מוז, לויט איר מיינונג, אויך פֿאַרזיכערן די אַרבעטלאָזע. דער ראַבינער עליאָט דאָרף, וועלכער פֿירט אָן מיט דעם קאָנסערוואַטיוון הלכה־קאָמיטעט און אַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע בײַם „אַמעריקאַנער ייִדישן אוניווערסיטעט‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס, האַלט אויך אַזוי.
לויט די פֿעדעראַלע געזעצן, מוזן די אַרבעטגעבער אָפּלייגן 6 פּראָצענט פֿון זייערע מיטאַרבעטערס שׂכירות פֿאַר דער אַרבעטלאָזיקייט־פֿאַרזיכערונג. למעשׂה, אָבער, פֿאָלגן נישט ס׳רובֿ אָרגאַניזאַציעס דעם דאָזיקן געזעץ און די רעליגיעזע גרופּעס מוזן עס בכלל נישט טאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.