אין דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע איז דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק געווען אַ חשובֿער גאַסט: דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסלאַנד, הרבֿ בערל לאַזאַר. אין רוסלאַנד איז ייִדישקייט איינע פֿון די פֿיר טראַדיציאָנעלע רעליגיעס, וואָס זײַנען אָנערקענט פֿון דער מלוכה, אין איינעם מיט דעם פּראַוואָסלאַוונעם קלויסטער, איסלאַם, און בודיזם. אַ דאַנק דעם אָפֿיציעלן סטאַטוס, פֿאַרנעמט הרבֿ לאַזאַר אַ מין מלוכה־פּאָסטן: ער באַטייליקט זיך אין פֿאַרשיידענע רעגירונג־אינסטאַנצן און באַראַטונגען, שוין אָפּגערעדט פֿון זײַן פּערזענלעכער באַציִונג צו פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין. אַזאַ חשובֿע פּאָזיציע אין אַמעריקע, וווּ עס זײַנען ניטאָ קיין אָפֿיציעלע רעליגיעס, קען אַ רבֿ האָבן נאָר אין זײַנע חלומות.
אָבער הרבֿ לאַזאַר איז אין דער אמתן ניט קיין אָפּשטאַמיקער פֿון רוסלאַנד, און, ניט געקוקט אויף זײַן אַקצענט, אויך ניט קיין אַמעריקאַנער. ער איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין מילאַן, איטאַליע, אין אַ משפּחה פֿון חב”ד־שליחים — צווישן די ערשטע, וואָס דער לעצטער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן, האָט אַרויסגעשיקט. נאָר אין 1990 איז בערל לאַזאַר געוואָרן רבֿ פֿון אַ שיל אין דער מאַרינע ראָשטשאַ־געגנט אונטער מאָסקווע. און ווען פּוטין איז געקומען צו דער מאַכט אין יאָר 2000 איז ער געוואָרן הויפּט־רבֿ פֿונעם גאַנצן לאַנד.
בשעת דער טרעפֿונג, וואָס האָט געטראָגן אַ האַלב־אָפֿיציעלן כאַראַקטער, האָט דער גאַסט אַליין אַרויסגעהויבן זײַן אומאָפּהענגיקייט, אַז ער איז גרייט צו קריטיקירן — און האָט שוין טאַקע קריטיקירט פּוטינס רעזשים. על־כּל־פּנים בײַם שמועס מיט דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע האָט מען אָבער ניט געהערט קיין איין קריטיש וואָרט…
אין אַמעריקע שטורעמט מען לעצטנס איבער די נײַע רוסישע געזעצן, וואָס פֿאַרווערן עפֿנטלעכע דעמאָנסטראַציעס פֿון האָמאָסעקסואַליסטישע (פּאַראַדן אאַז”וו). שטימען פֿון פּראָטעסט זאָגן, אַז מע זאָל מער ניט קויפֿן קיין רוסישע וואָדקע, און אַז די פּלאַנירטע אָלימפּיאַדע זאָל ווינטער 2014 ניט פֿאָרקומען אין רוסלאַנד. אין רוסלאַנד זײַנען די דאָזיקע געזעצן אָבער גוואַלדיק פּאָפּולער, און הרבֿ לאַזאַר שטיצט זיי אויך: ס׳איז ניט געוווּנטשן, זאָגט ער, אַז קינדער, למשל, זאָלן זען אַזעלכע דעמאָנסטראַציעס און אפֿשר אַרונטערפֿאַלן אונטער זייער אײַנפֿלוס. ער האַלט ניט פֿון פֿאַרגלײַכן אַזעלכע געזעצן מיט די אַמאָליקע רדיפֿות קעגן ייִדן אין דײַטשלאַנד. ניט נאָר איז דער פֿאַרלײַך ניט קיין באַרעכטיקטער, באַטאָנט הרבֿ לאַזאַר; די מלוכה לאָזט די האָמאָסעקסועליסטן זיך אויסלעבן ווי זיי ווילן און פֿאָלגט זיי ניט נאָך. אַזאַ פֿאַרגלײַכונג פֿאַרשוועכט אויך דעם זכר פֿון די ייִדן, וואָס זײַנען אומגעקומען אין די היטלער־יאָרן.
הרבֿ לאַזאַר האָט עטלעכע מאָל באַטאָנט, אַז די אַמעריקאַנער פֿאַרשטייען ניט, אַז דער רוסישער נאַציאָנאַלער כאַראַקטער איז אַנדערש, די קולטור און די פּסיכאָלאָגיע זײַנען אַנדערש. די רוסן האַלטן בכלל ניט פֿון דעמאָנסטראַציעס, למשל, פֿון אַלע מינים. און אַז אַמעריקע וועט אַרויפֿלייגן אַ שטראָף אויף רוסלאַנד צוליב די נײַע געזעצן, וועלן די רוסן ניט ווערן מער נאָכגעביק, נאָר פֿאַרקערט.
רוסלאַנד איז אויך, טענהט הרבֿ לאַזאַר, בטבֿע אַן אָרטאָדאָקסיש לאַנד, ניט נאָר אין זײַן קריסטלעכקייט, אָבער אין אַלע רעליגיעס. די רוסישע ייִדן, כאָטש די גרויסע מערהייט גייט קיין מאָל ניט אין שיל אַרײַן, ווען זיי וואָלטן יאָ געגאַנגען, וואָלטן זיי אויסגעקליבן אַזאַ מין שיל, וואָס זייערע זיידעס האָבן באַזוכט. די נײַע באַוועגונגען, ווי רעפֿאָרם, האָבן ניט קיין הצלחה אין רוסלאַנד, כאָטש איבער 20 יאָר זײַנען אַלע טירן אָפֿן פֿאַר זיי.
דער רוסישער אַנטיסעמיטיזם ווערט אַלץ שוואַכער, זאָגט הרבֿ לאַזאַר. פֿאַרן הײַנטיקן דור איז שוין ניטאָ קיין „ייִדישע פֿראַגע‟. די אמתע שׂינאה דריקט די באַפֿעלקערונג אויס קעגן די קאַווקאַזישע און צענטראַל־אַזיאַטישע פֿעלקער, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין רוסלאַנד ווי אימיגראַנטן. דערפֿאַר איז דער ייִדישער מצבֿ בעסער בײַ די רוסן ווי בײַ די אוקראַיִנער, וואָס זײַנען היסטאָריש מער נאַציאָנאַליסטיש, אָרעמער, ווייניקער סטאַביל, און בײַ וועמען עס פּיקן זיך אויס ניט־פֿאַרשטעלטע אַנטיסעמיטישע גרופּעס.
און דאָך, אין שײַכות מיט איין קאָנפֿליקט מיטן פּוטין־רעזשים, געפֿינט הרבֿ לאַזאַר זיך אין אַן אומבאַקוועמער פּאָזיציע. די ביבליאָטעק און דער אַרכיוו פֿונעם רבין, הרבֿ יוסף־יצחק שניאורסאָן, זײַנען צענדליקער יאָרן געלעגן אין די הענט פֿון דער (סאָוועטישער און דערנאָך) רוסישער מאַכט, און די גאַנצע צײַט קעמפֿן די חב”דניקעס אין אַמעריקע, כּדי אַרויסצובאַקומען צוריק די דאָזיקע קולטור־אוצרות. זיי האָבן אַפֿילו גענומען די רוסישע רעגירונג אין אַן אַמעריקאַנער געריכט, ווײַל מיט אַלע פֿריִערדיקע מיטלען האָבן זיי ניט געפּועלט. אַליין אַ ליובאַוויטשער, רעדט הרבֿ לאַזאַר אָפֿן וועגן זײַנע סימפּאַטיעס, אַז מע וואָלט די ביבליאָטעק און דעם אַרכיוו אפֿשר טאַקע געדאַרפֿט שיקן קיין אַמעריקע. נאָר ווי אַ רעאַליסטישער קענער פֿון רוסלאַנד, האָט ער זײַנע גלויבנס־ברידער אין חב”ד געעצהט ניט אָנצונעמען די דאָזיקע שריט.
דערווײַל האָט מען געפֿונען אַ פּשרהדיקע לייזונג פֿון דער פּראָבלעם: די רוסישע רעגירונג האָט איבערגעגעבן דעם רבינס ביכער אין די הענט פֿונעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי, וואָס האָט זיך געעפֿנט אין נאָוועמבער 2012. דאָרט ווערן די ביכער קאַטאַלאָגירט און דערנאָך געמאַכט צוטריטלעך פֿאַר די פֿאָרשער און פֿאַרן ברייטן עולם. הרבֿ לאַזאַר האָפֿט, אַז דער אַרכיוו וועט אויך, סוף־כּל־סוף, געפֿינען אַ היים אינעם מוזיי. אויב די אוצרות קענען ניט אָנקומען צו חב”ד אין ניו־יאָרק, קענען זיי כאָטש וווינען אין אַ ייִדישער אינסטיטוציע אין רוסלאַנד.
רעדנדיק מיט הרבֿ בערל לאַזאַר, זעט מען באַלד, פֿאַר וואָס ער איז געוואָרן הויפּט־רבֿ פֿון רוסלאַנד: דער ייִד האָט אַ געשליפֿענע צונג, ער רעדט מיט האַרץ און הומאָר, ער שיסט כּסדר מיט חכמות און וויצן. הרבֿ לאַזאַר איז געבענטשט מיטן אַלטן חב”דסקער חן און מענטשן־פֿרײַנדלעכקייט. ער זאָגט אַליין, אַז ער איז 5% פּאָליטיקער און 95% רבֿ — אָבער קען זײַן, אַז ער האָט זיך פֿאַרביטן מיט די יוצרות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.