אינעם געפּאַקטן טעאַטער־־זאַל אין האַרץ פֿון בראָדוויי, אין „סוירקל אין די סקווער‟ טעאַטער, גייט הײַנט אַ מוזיקאַלישע פּיעסע וואָס הייסט: „סאָול דאַקטער‟, באַזירט אויפֿן לעבן און שאַפֿן פֿונעם קאָמפּליצירטן ביז גאָר, ראַבײַ שלמה קאַרלעבאַך. (1925־1994)
די פּיעסע געדויערט גאַנצע צוויי און אַ האַלבע שעה, און נעמט אַרײַן טענץ און געזאַנג, מיט אַ שלל אײַנטיילונגען. איינע הייבט זיך אָן און ענדיקט זיך מיט היטלערס חיילות אַרײַנמאַרש קיין ווין. די צווייטע — אַ רבנישע שטוב, און אַ דריטע — שילדערט אַ זיגזאַגישן לעבנס־ריטעם, מיט נשמה־ווייען, וואָס אָט־אָט גייען זיי צו קינד, און עס ווערט געבוירן אַ מפּיל־קינד פֿון אַ מוזיקאַלישער פּיעסע.
דער ראַבײַ שלמה קאַרלעבאַך, וועמען איך געדענק, פֿלעגט זיך אַקאָמפּאַנירן אויף אַ גיטאַרע, שפּרינגען און טאַנצן מיט זײַנע פֿאַרהערער אין זײַן אייגענער סינאַגאָגע אויף דער 72־סטער גאַס אין מאַנהעטן; אָדער אין דער זומער־קאַלאָניע בויבעריק, אָדער אין וואַרשע פֿאַר אַ געפּאַקטן זאַל פּאָליאַקן, אין אַן אומהיימלעכער אַטמאָספֿערע מיט אומהיימלעכע קאָנסעקווענצן.
דער עיקר, די מוזיקאַלישע פּיעסע הילכט אָפּ פֿון צײַט צו צײַט מיט זײַנע לידער, ווי: „עם ישראל חי, עוד אבֿינו חי, עוד אבֿינו, עוד אבֿינו, עוד אבֿינו חי!‟ איין זאַך קען איך אײַך פֿאַרזיכערן, ווען אָט דער שלמה קאַרלעבאַך, שטייט אויף תחית־המתים, און זעט ווי מ’פֿאַרגעטערט אים, ממש אַ צדיק הדור, אַ מלאך־בימינו… צו דעם קען איך נאָר צוגעבן, אַז דער בן־אָדם מיטן נאָמען שלמה קאַרלעבאַך, האָט זיך אסור געריכט אויף אַזאַ ברוך־הבא נאָך זײַן פּטירה. ווען דער רבונו־של־עולם וואָלט אַפֿריִער געווען וויסן, אַז עס האַלט בײַ געבוירן ווערן אַ שלמהלע קאַרלעבאַך, וואָלט ער געווען צוגעזאָגט דעם פֿאָלק ישׂראל זיי אַרויסצוציִען פֿון מצרים און אים ברענגען אין גאָלדענעם לאַנד וואָס טריפֿט מיט „מינק‟ און „מאָניע‟.
איז לאָמיר זיך צוריקקערן צו דער מוזיקאַלישער פֿאָרשטעלונג, וואָס דאַרף זײַן הייליק, רעליגיעז, סטיליזירט, מליצהדיק, אפּיקורסיש און אַ קאַריקאַטור פֿון זיך אַליין. עס איז דאָס לעבן וואָס איר פֿאַרפֿאַסנדיקער אַמבאַסאַדאָר פֿון דעם אומגעלומפּערטן ווערטער־אויסטויש פֿון דער פּיעסע — איז אַ מענטש מיטן נאָמען דניאל ס. ווײַס. די לידער האָט פֿאַרפֿאַסט דייוויד שעכטער אין זעלבן זשאַנער, מיט מוזיקאַלישע און לעבנס־זכרונות פֿון זייער טאַטן — נשמה און ניידאַראַ קאַרלעבאַך. זי האָט פֿאַרגליכן איר טאַטן צו עלוויס פּרעסלי, דזשאָוני מיטשל, באַב דילאָן און טימאָטי לירי, וואָס זײַן נאָמען האָט אָנגעהויבן קלינגען אין די 1960ער יאָרן איבער די צײַטונגען, ראַדיאָ און טעלעוויזיע, נעמלעך, אַז ער איז אַ געפֿערלעכער נאַרקאָמאַן, אַרײַנגעטאָן אין על. עס. די. און אַנדערע „מעלות‟.
אַממײנסטן האָט מיך געראַזשעט די כאָרעאַגראַפֿיע פֿון בוענאַ־סוואַן־פּופֿער, אַ פֿרוי נישט פֿון אַחינו־בני־ישׂראל, מיט אירע אומגעלומפּערטע ווילדע טענץ, אָן דעם מינדסטן חוש פֿון חסידישע טענץ.
און אַז שלמה קאַרלעבאַך פֿלעגט אָפּדאַווענען אַ לידל מיט דער חבֿרה היפּיס, מיידן און ייִנגען, זיך משׂמח געווען אין גרעניטש־ווילעדזש, שפּעטער זיך אָפּגעטרייסלט פֿון די חסידים און געוואָרן פּאַני־בראַט מיטן חב״דסקן ליובאַוויטשן רבין, דאָס האָט מען אויך אַרײַנגעטראַסקעט אינעם מצה־ברײַ.
טאַטע־מאַמע, רבנים, חזנים, קריגערײַען צווישן טאַטן און זון. שלמה וויל מתקן זײַן די וועלט, פֿאַרריכטן די שפּאַרונעס פֿון דער זינדיקער וועלט מיט לידלעך. ליבערשט וואָלט ער מיט זײַן חבֿרותא מתקן געווען זיך אַליין.
אַחוץ די אַלע זיבן זאַכן, שילדערט מען קאַרלבאַכס באַקאַנטשאַפֿט מיט אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער באַרימטער זינגערין נינאַ סימאָן (עמבער אימאַן) מיט איר „גאַספּל קלויסטער מוזיק‟, מיט אָנדײַטונגען אויף זייערע אינטימע באַציִונגען.
ממש אַרײַנגעפּאַקט די באָבע מיטן זיידן אין די צוויי און אַ האַלבער שעה, און דאָ האָב איך שיִער נישט אויסגעלאָזט מאַרטין לוטער קינג, דעם מאַרש אין סעלמאַ, אַלאַבאַמאַ, און אַז ס’פֿעלט אויס דראַמאַטישע סחורה, קערט מען זיך אום צום חורבן. קאַרלבאַכס געבורט־שטאָט בערלין, דאָס גבֿירישע לעבן אין ווין, דער מערדערישער אָנפֿאַל אויף ייִדן אין ווין, און דאָס אַנטלויפֿן.
ס’איז אַ לאַנגע לעבנס־געשיכטע בעת דער עולם האָט זיך געקוויקט, געפּאַטשט, געשריגן הוראַ. כאָטש בײַם אַרויסגאַנג האָב איך געהערט די ייִדענעס קלאָגן:
„ס’איז געווען צו לאַנג!‟
„די זעלבע מוזיק האָט זיך נישט געביטן!‟
„אַ חילול־השם פֿון אַ פֿאָרשטעלונג!‟
און איך האָב געשטוינט פֿון דעם וואָס הײַנט דאַרף מען נישט שוויצן איבער אַ פּיעסע, מען שרײַבט וואָס דעם קאָמפּיוטער פֿאַלט אײַן. דער יונגערמאַן, וואָס האָט געשפּילט די ראָלע פֿון שלמה קאַרלעבאַך, עריק ענדערסאָן האָט זיך, נעבעך, געמוזט אונטערגאַרטלען צו שפּילן אַ ראָלע פֿון אַ ייִד, נאָך דערצו אַ „פֿרומען‟ ייִדן. 25 אַקטיאָרן וואָס נעמען אָנטייל, צווישן זיי זײַנען בלויז געווען דרײַ ייִדן, אַלע 25, מיט גלענצנדיקע שטימען צום זינגען. לאָזט זיך נישט אַרײַנשלעפּן אין דער שפּיל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.