אין אַ פּשוטן דירות־הויז אויפֿן טעלעקי־פּלאַץ, אינעם אַכטן ראַיאָן פֿון בודאַפּעשט, שטייט הרבֿ שלום הורוויץ הינטער אַ הילצערנעם שטענדער און פּליעסקעט צום טאַקט פֿון אַ לעבעדיקן ספֿרדישן ניגון. בערך 30 מענטשן, ס׳רובֿ פֿון זיי — מענער, דאַווענען אינעם קליינעם גאַסטצימער, וואָס מע האָט פֿאַרוואַנדלט אין אַ שילעכל.
הגם דאָס דאַווענען איז אַן אָרטאָדאָקסישע, ציט דאָס שטיבל צו אַ ברייטן קרײַז יונגע און אַלטע מתפּללים, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל נישט־אַפֿיליִיִרטע און בעלי־תּשובֿה, וועלכע זאָגן, אַז דאָס צונויפֿוועבן די פֿאַר־מלחמהדיקע רעליגיעזע טראַדיציעס און אינדיווידועלער פֿרײַהייט אַפּעלירט צו אַ דור, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן נאָך די פֿופֿציק יאָר פֿונעם גײַסטיק־אויסגעליידיקטן קאָמוניזם.
שטיבלעך זענען געווען זייער פֿאַרשפּרייט אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַרן חורבן. אין די 1880ער יאָרן, האָבן זיי אויך געבליט אין די מערבֿדיקע קרוינשטעט ווי בודאַפּעשט, און אין אַמעריקע — בפֿרט, ניו־יאָרק און שיקאַגע. געוויינטלעך, האָבן זיי זיך געפֿונען אין אַ פּריוואַטער היים אָדער אין אַ געוועלב, און געדינט בלויז ווי אַן אָרט צו דאַווענען מיט אַ מנין. די מתפּללים האָבן זיך געפֿילט באַקוועמער אין דער היימישער סבֿיבֿה ווי אין אַ מער פֿאָרמעלער סינאַגאָגע.
זינט דעם חורבן איז דאָס טעלעקי־שטיבל באַטראַכט געוואָרן ווי אַ זכר פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, וואָס עטלעכע איבערגעגעבענע מתפּללים האָבן מיט אַלע כּוחות געפּרוּווט אונטערהאַלטן.
איצט זאָגט אָבער אַ נײַער דור אונגערישע ייִדן, אַז די טעלעקי־שטיבל, וואָס איז לעצטנס געוואָרן אַזוי באַליבט, קאָן דינען ווי אַ מוסטער פֿאַר ייִדן אין אַנדערע ערטער. „מיר ווילן אידענטיפֿיצירן, רעמאָנטירן און אויפֿלעבן די שטיבלעך, וואָס עקזיסטירן נאָך,‟ האָט דערקלערט אַנדראַש מאיר, אַ 42־יאָריקער מיטגליד פֿונעם טעלעקי־שטיבל, וועלכער האָט, אין איינעם מיט זײַן ברודער, גאַבאָר, און הרבֿ הורוויץ, געהאָלפֿן ראַטעווען דאָס שטיבל פֿון אַ זיכערער פּטירה. בלויז מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט דאָס שטיבל קוים געקענט צונויפֿרופֿן אַ מנין, און איצט שטראָמען, בפֿרט שבת, אַרײַן אַזוי פֿיל מענטשן, אַז ס׳איז נישטאָ גענוג אָרט צו זיצן.
דאָס שבתדיקע דאַווענען האָט מען שוין פֿאַרלענגערט אויף אַ שעה. די מתפּללים קומען אַרײַן גאַנץ פֿרי, כּדי צו טרינקען אַ טעפּל געקאָכטער קאַווע (צוגעגרייט מיט דער הילף פֿון אַ שבת־זייגער), און בלײַבן נאָכן דאַווענען, כּדי צו געניסן פֿונעם כּשרן טשאָלנט, צוגעגרייט ערבֿ־שבת פֿון דער רביצין.
בײַ אַ סך פֿון די מתפּללים, באַפֿרידיקט דאָס טעלעקי־שטיבל אַ גײַסטיקן דאָרשט, וואָס פֿעלט בײַ דער אָרגאַניזירטער אָרטיקער קהילה. ווען טאַמאַש אַדלער, אַ 27־יאָריקער מתפּלל בײַ טעלעקי, דאַוונט אין אַ צווייטער שיל אין בודאַפּעשט, פֿילט ער נישט קיין רוחניות. „דאָרטן שטייען מיר, 20 מענטשן, אין אַ ריזיקן, ליידיקן זאַל, און איך דאַווען מנחה און זאָג קדיש, אָבער אינעווייניק פֿיל איך גאָרנישט,‟ האָט אַדלער באַמערקט.
אַז מע קומט אַרײַן אין טעלעקי, דאַכט זיך, אַז מ׳איז איבערגעפֿלאַנצט געוואָרן אינעם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. פֿון דער סטעליע הענגען אַראָפּ בראָנדזענע הענגלײַכטער; פֿאַרגעלטע קבלה־אילוסטראַציעס באַפּוצן די ווענט, און פֿון פֿאָרנט שטייט אַן אַלטער אָרון־קודש אונטערן אויפֿזיכט פֿון צוויי שפּרינגענדיקע לייבן. האַלב־צעריסענע סידורים ליגן אויף די בענק. הינטער דער מחיצה געפֿינט זיך אַ קליינער עזרת־נשים.
אַ גרויסער טייל פֿון די מתפּללים האָבן ערשט לעצטנס אַנטדעקט זייערע ייִדישע וואָרצלען. אַ טייל דאַווענען; די אַנדערע קענען קוים לייענען לשון־קודש, ברומען זיי צו צו די ניגונים אָדער שמועסן מיט פֿרײַנד. פֿון הינטן זיצט דער 32־יאָריקער גאַבאָר מאיר, און רופֿט אויס, פֿון צײַט צו צײַט, וווּ מע האַלט אין סידור.
כּמעט 90,000 ייִדן וווינען אין בודאַפּעשט, אָבער ס׳רובֿ פֿון זיי זענען אָפּגעפֿרעמדט פֿון ייִדישקייט. לעצטנס, איז געוואַקסן די פּאָפּולאַריטעט פֿון די ייִדישע אונטערנעמונגען אין דער שטאָט, אָבער בדרך־כּלל, זענען זיי סעקולערע, קולטורעלע פּראָגראַמען, האָט אַנדראַש מאיר געזאָגט.
די מאיר־ברידער זענען נישט קיין אויסגעשולטע כּלל־טוער אָדער גײַסטיקע פֿירער, און קיין באַצאָלטע אָנגעשטעלטע פֿונעם טעלעקי־שטיבל זענען אויך נישטאָ. די „אונגערישע אויטאָנאָמישע אָרדאָדאָקסיש־ייִדישע קהילה‟ דעקט די גרונט־הוצאָות. דאָס איבעריקע ווערט געדעקט דורך די פֿרײַוויליקע בײַשטײַערס. במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר זענען אַרײַנגעקומען עטלעכע סובסידיעס פֿון אָרגאַניזאַציעס, געווידמעט דעם אויפֿהאַלטן היסטאָרישע ערטער, און דאָס האָט דערמעגלעכט די ברידער אָנצוהייבן דאָקומענטירן די געשיכטע פֿון טעלעקי און דער אַרומיקער געגנט.
טעלעקי איז געגרינדעט געוואָרן פֿון די כאָרטקאָווער חסידים אין גאַליציע, אוקראַיִנע, וועלכע זענען געקומען קיין אונגערן אין די שפּעט־1890ער יאָרן. דעמאָלט זענען אין דער געגנט געווען אַקטיוו מער ווי זיבעצן שטיבלעך. הײַנט ווייסט מען נישט, וווּ ס׳רובֿ פֿון זיי זענען, אָבער צוויי האָט מען הײַיאָר אַנטדעקט אין דעם זעקסטן ראַיאָן פֿון בודאַפּעשט, און די מאיר־ברידער זאָגן, אַז זיי האָבן שוין געפֿונען אַ האַלבן טוץ אַנדערע, וועלכע פֿונקציאָנירן נאָך.
מע האָט לעצטנס אָנגעהויבן רעדן וועגן גרינדן אַ גלאָבאַלע נעץ פֿון שטיבלעך. אויב יאָ, וואָלט עס געקאָנט אַרײַננעמען איינס אין אַבערדין, שאָטלאַנד, וואָס פֿונקציאָנירט זינט 1945; אַ דירה אין איסטאַנבול, וווּ די ספֿרדישע ייִדן פֿאַרזאַמלען זיך פֿאַר אַ טעגלעכן מנין; און נאָך איינע אין זילינע, סלאָוואַקיע, וואָס אָפּערירט, אַ פּנים, בלויז ימים־נרואים.
אויב יאָ שאַפֿן אַזאַ נעץ, וואָלט מען געדאַרפֿט, צו ערשט, אָפֿיציעל אָנערקענען די שטיבלעך ווי אַ לעבעדיקע קולטורעלע אינסטיטוציע וואָס האָט אַ וויכטיקן היסטאָרישן באַטײַט, האָט דערקלערט לעסלי ווײַס, די פֿאָרזיצערין פֿון דער „אַמעריקאַנער קאָמיסיע צו פּרעזערווירן אַמעריקעס קולטור־ירושות אין אויסלאַנד‟.
קריגן אַזאַ שטיצע צו ראַטעווען די פֿאַרבליבענע שטיבלעך איבער דער וועלט קאָן אָבער דויערן צו לאַנג. „זיי האַלטן זיך אָן מיט די לעצטע כּוחות, אָדער האָבן זיך שוין געשלאָסן,‟ האָט אַנדראַש מאיר געזאָגט. „מיר זענען אָבער זיכער, אַז מע וואָלט זיי געקאָנט ווידער אויפֿלעבן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.