ווער גיסט פֿאַרסמט וואַסער?

Who’s Spilling Toxic Water?

ווען די פּאַלעסטינער וואָלטן באַוואַסערט די פֿעלדער מיט געלעכערטע רערן, ווי עס טוען די ישׂראלים, און ניט באַשפּריצט זיי מיט באַגיסער, וואָלטן זיי געהאַט אָן אַ שיעור מער וואַסער.
Getty Images
ווען די פּאַלעסטינער וואָלטן באַוואַסערט די פֿעלדער מיט געלעכערטע רערן, ווי עס טוען די ישׂראלים, און ניט באַשפּריצט זיי מיט באַגיסער, וואָלטן זיי געהאַט אָן אַ שיעור מער וואַסער.

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 10, 2013, issue of September 27, 2013.

די מלחמה אין סיריע בושעוועט שוין צוויי מיט אַ האַלב יאָר. מיליאָנען מענטשן זענען געבליבן אָן אַ היים. הונדערט טויזנט ויש אומרים צוויי הונדערט טויזנט מענטשן, מענער, פֿרויען און קינדער, זענען דערהרגעט געוואָרן. פֿון דעסטוועגן, איז במשך פֿון די אַלע לאַנגע חדשים נישט געווען דאָ אין וואַרשע קיין איין דעמאָנסטראַציע פֿאַר דער סירישער אַמבאַסאַדע. עס זעט אויס, אַז די פּוילישע הומאַניסטן האָבן אַנדערע פּראָבלעמען וואָס שייך דעם מיטל־מיזרח? יאָ, איר האָט געטראָפֿן — ישׂראל.

די מעשׂה איז אַזאַ: ישׂראל האָט אַרעסטירט אַ פּאָליאַק אינעם בן־גוריון־פֿליפֿעלד! האָט די פּראָגרעסיווע וואַרשעווער צײַטונג „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟ פּובליקירט אַ באַריכט. ווי הייסט דער פּאָליאַק? ער הייסט קאַנדיל. קאַנדיל, וועט איר זאָגן, קלינגט עפּעס מאָדנע, נישט פּויליש. די „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟ גיט אָבער גלײַך אַ דערקלערונג. דהײַנו: אין דער אמתן איז דאָס אַ פּאַלעסטינער, וואָס האָט זיך אײַנגעבירגערט אין פּוילן.

דערנאָך שרײַבט די צײַטונג, אַז אָט דער קאַנדיל אַרבעט פֿאַר

PAH POLSKIEJ AKCJA HUMANITARNEJ — אַ פֿונדאַציע פֿאַר הומאַניטאַרישער אַרבעט. „די ישׂראלדיקע פּאָליציי אויפֿן פֿליפֿעלד, שרײַבט די צײַטונג, האָט אים פֿאַרהערט און נישט אַרײַנגעלאָזט אין לאַנד‟. אַגב, גיט צו די צײַטונג, שטאַמען זײַנע באָבע־זיידע פֿון אַ דאָרף נישט ווײַט פֿונעם אָרט, וווּ מען האָט דעם פּאַלעסטינער פּאָליאַק פֿאַרהערט. „די חורבֿות פֿונעם דאָרף שטייען דאָרט ביזן הײַנטיקן טאָג לעבן בן־גוריון פֿליפֿעלד‟ — באַריכטעט די צײַטונג.

איך בין געפֿלויגן צענדליקער מאָל פֿון ישׂראל און קיין ישׂראל און פֿאַרבראַכט אַ לאַנגע צײַט אין ווילהעלמאַ (הײַנט בני-עטרות), אַ דאָרף לעבן בן-גוריון־פֿליפֿעלד, כ‘האָב אָבער קיין מאָל נישט געזען קיין רויִנען פֿון קיין שום דאָרף. בכלל, ס’איז קוים צו גלייבן, אַז דאָרט, וווּ די ערד איז מיט גאָלד גלײַך, זאָל בלײַבן ליגן אין רויִנען אַ דאָרף שוין איבער זעכציק יאָר. אָבער אַזוי וויל די „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟.

די חבֿרה פֿון דער פּוילישער פֿונדאַציע פֿירן שוין אַ לאַנגע צײַט אַן אַנטי־ישׂראלשיקע קאַמפּאַניע אין דער פּראָגרעסיווער פּוילישער פּרעסע. דער מאָטיוו פֿון גיסן וואַסער קעגן ייִדן, און דאָס וואַסער פֿאַרסמען, איז אַזוי אַלט, ווי דער אַנטיסעמיטיזם אַליין.

אָט, למשל, ציטירט די צײַטונג די שוועסטער פֿונעם אַרעסטירטן יונגן מאַן. זי טענהט, אַז איר ברודער אַרבעט נישט קעגן ישׂראל. „ס’קען אָבער זײַן, אַז פֿאַר ישׂראל, מיינט צו העלפֿן די פּאַלעסטינער, צו באַגיין אַ פֿאַרברעכן‟ — גיט זי צו.

PRESSPEKTIVA — אַ וועבזײַטל, וואָס האָט פֿאַר זיך אַ ציל ערנסט צו באַטראַכטן פּאָליטישע פּראָבלעמען, דערציילט אָבער גאָר אַן אַנדער מעשׂה.

פּראָפֿעסאָר חיים גבֿירצמאַן, אַ הידראָלאָג און מומחה אין וואַסער־ווירטשאַפֿט אין דעם ראַיאָן, שרײַבט, אַז זינט ישׂראל האָט איבערגענומען די וואַסער־ווירטשאַפֿט בײַ דער יאָרדאַנישער מלוכה נאָכן זעקס־טאָגיקן קריג, האָט זיך די וואַסער־ליפֿערונג אויפֿן מערבֿ־ברעג דראַסטיש פֿאַרבעסערט. כּל־זמן יאָרדאַניע האָט רעגירט אויפֿן מערבֿ־ברעג, האָבן די דאָרטיקע פּאַלעסטינער באַקומען 65 מיליאָן קובאָמעטער וואַסער, און נאָר פֿיר ייִשובֿים זענען געווען פֿאַרבונדן מיט דער צענטראַלער וואַסער־לייטונג. הײַנט זענען דאָס 643 שטעט, שטעטלעך און דערפֿער, דאָס הייסט, כּמעט אַלע פּאַלעסטינער ייִשובֿים זענען פֿאַרבונדן מיט דער צענטראַלער וואַסער־לייטונג.

אין עזה איז די וואַסער־ווירטשאַפֿט געוואָרן ממש קאַטאַסטראָפֿאַל נאָכן ישׂראלדיקן צוריקצי. די דאָרטיקע אײַנוווינער האָבן אויסגעבויערט אַן ערך 3000 פּיראַטישע ברונעמס. די וואַסער־סיסטעם אין עזה איז אויף תּמיד געשעדיקט געוואָרן, שרײַבט פּראָפֿעסאָר גבֿירצמאַן.

דאָס איז אויך די סיבה, פֿאַר וואָס ישׂראל קעמפֿט קעגן די פּיראַטישע ברונעמס אויפֿן מערבֿ־ברעג; און די לאַגע אין די באַזעצטע געביטן איז טאַקע דראַמאַטיש, בעסער ווי אינעם עזה־פּאַס, וווּ די פּאַלעסטינער זענען די גאַנצע באַלעבאַטים.

אַגבֿ, די „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟ גיט ניט צו וויסן אירע לייענער דעם פּשוטן פֿאַקט, אַז עזה באַקומט וואַסער און עלעקטריע פֿון ישׂראל, נישט געקוקט דערויף, וואָס די פּאַלעסטינער שיסן אויס ראַקעטן אויף ישׂראל.

נאָך איין פּראָבלעם מיט דער פּאַלעסטינער וואַסער־ווירטשאַפֿט איז דער פֿאַקט, אַז עס ווערט כּמעט נישט געמאַכט קיין שום פֿילטראַציע. אין קעגנזאַץ צו ישׂראל, ווערן ס‘רובֿ פּאַלעסטינער אָפּפֿלוס־וואַסערן נישט גערייניקט, און פֿאַרמיסטיקן דעם בשותּפֿותדיקן וואַסער־ברונעמס אין דעם ראַיאָן. די דאָזיקע פֿאַרמיסטיקונג האָט געפֿירט צו דעם, אַז מען האָט געמוזט צומאַכן די ברונעמס אין בית־לחם, ירושלים און יריחו.

אונטער דער אַראַבישער הערשאַפֿט האָט יעדער פּאַלעסטינער קאָנסומירט 85 קובאָמעטער וואַסער אַ יאָר. אין יאָר 2006 איז זי שוין געווען 100 קובאָמעטער.

פּראָפֿעסאָר גבֿירצמאַן שרײַבט אויך, אַז ווען די פּאַלעסטינער וואָלטן אויפֿגעהאַלטן די רערן ווי געהעריק, באַוואַסערט די פֿעלדער מיט געלעכערטע רערן, ווי עס טוען די ישׂראלים, און ניט באַשפּריצט זיי מיט באַגיסער, וואָלטן זיי געהאַט אָן אַ שיעור מער וואַסער.

די דאָזיקע קאָמפּליצירטע לאַגע, אינטערעסירט נישט די פּוילישע זשורנאַליסטן, וואָס וואַרפֿן זיך כּסדר אַרויף אויף ישׂראל מיט דער „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟ אין שפּיץ.

אַגבֿ, ווי קען פֿרײַנד קאַנדיל, וואָס איז נישט קיין הידראָלאָג און נישט קיין אינזשעניר בכלל, העלפֿן לייזן די וואַסער־פּראָבלעמען, איז שווער צו וויסן.

וואָס דערוויסט מען זיך יאָ פֿון דער צײַטונג, אַז די אַראַבער דאַרפֿן האָבן וואַסער, און די ייִדן לאָזן זיי נישט צו. פֿאַר וואָס פֿירן זיך אַזוי אויף די ייִדן? וועגן דעם וועט איר קיין וואָרט נישט געפֿינען, אָבער דאָס קען פֿאַרשטיין אַפֿילו אַ קינד — זיי, די ייִדן, טוען עס, ווײַל זיי זענען ייִדן.