פֿעסטיוואַל פֿון נײַע ייִדישע זינגלידער

Festival of New Yiddish Song


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published September 11, 2013, issue of September 27, 2013.

כאָטש די ברייטע וועלט, ייִדישע און נישט־יייִדישע, ווייסט פֿון קלעזמער־מוזיק, און מע שפּילט זי שוין אין אַלע לענדער, איז ווייניקער באַקאַנט, אַפֿילו אין די ייִדיש־קרײַזן, די אָנגייענדיקע שאַפֿונג פֿון נײַע ייִדישע זינגלידער.

מאָנטיק אין אָוונט, דעם 9טן סעפּטעמבער, אינעם „צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע‟ אין ניו־יאָרק, איז פֿאָרגעקומען אַ געראָטענע אונטערנעמונג, וואָס האָט צוזאַמענגעבראַכט פֿאַרשיידענע שאַפֿערישע כּוחות. „דער פֿעסטיוואַל פֿון נײַע ייִדישע זינגלידער‟, מיטן אָנטייל פֿון דזשאַש וואַלעצקי, בענדזשי פֿאָקס־ראָזען, דבֿורה שטראַוס, סוועטאַ קונדיש, מײַקל ווינאָגראַד און פּאַטריק פֿאַרעל האָט צוגעצויגן אַ גרויסן עולם; אַ סימן, אַז דער אינטערעס צו הערן נײַע ייִדישע לידער איז נישט אָפּגעשוואַכט געוואָרן. עס האָבן זיך באַטייליקט זינגער און מוזיקער, וועלכע שאַפֿן נײַע מוזיק צו שוין פֿאַראַנענע טעקסטן פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע, און די, וועלכע שאַפֿן סײַ אָריגינעלע ווערטער, סײַ מוזיק.

עס האָט געעפֿנט דעם קאָנצערט דער באַסיסט און זינגער בענדזשי פֿאָקס־ראָזען. ער האָט פֿאָרגעשטעלט זײַנע קאָמפּאָזיציעס צו פֿיר לידער פֿון מרדכי געבירטיג, מיטן אָנטייל פֿונעם קלאַרנעטיסט מײַקל ווינאָגראַד און אַקאָרדיאָניסט פּאַטריק פֿאַרעל. פֿאָקס־ראָזען האָט געהאַט באַקומען אַ „פֿולברײַט‟־סובסידיע צו שטודירן ייִדישע און מאָלדאָווישע מוזיק, און ער איז ערשט צוריקגעקומען פֿון קעשענעוו, מאָלדאָווע, וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט דאָס יאָר. אין 2012 האָט ער אויך באַקומען אַ סובסידע צו שטודירן ייִדיש פֿאָלקסגעזאַנג מיט דזשאַש וואַלעצקי.

פֿאָקס־ראָזען האָט צו באַדאַנקען זײַן באָבען פֿאַר זײַן ערשטער באַקאַנטשאַפֿט מיט געבירטיג. זי האָט אים געגעבן אַ בוך פֿון געבירטיגס לידער, און ער האָט פֿאַר זײַן סוף־קאָנצערט אין אוניווערסיטעט, אין 2007, אַרײַנגענומען צוויי געבירטיג־לידער. כאָטש מע הערט ייִדישע שטריכן אין די זײַנע שאַפֿונגען, קלינגען די „נײַע‟ געבירטיג־לידער ווי קונסט־לידער. אין 2012 האָט ער רעקאָרדירט אַ קאָמפּאַקטל פֿון זײַנע געבירטיג־שאַפֿונגען, און די רעקאָרדירונג דאַרף בקרובֿ אַרויסקומען. די דאָזיקע געבירטיג־לידער האָט דער קראָקער פּאָעט אָדער געשאַפֿן אָן מוזיק, אָדער די מוזיק איז פֿאַרלוירן געגאַנגען, און מע דאַרף דערמאָנען, אַז אַנדערע קאָמפּאָזיטאָרן, ווי מאַנפֿרעד לעם, האָבן במשך פֿון די לעצטע 40 יאָר אויך געשאַפֿן מוזיק צו אַ טייל פֿון די לידער.

דער זינגער און פֿילממאַכער דזשאַש וואַלעצקי, אַ ביסל עלטער פֿון די אַנדערע אָנטיילנעמער, איז סײַ אַ פֿײַנער טראַדיציאָנעלער פֿאָלקזינגער, סײַ אַ קאָמפּאָזיטאָר. ווען ער האָט אַרויסגעגעבן זײַן קאָמפּאַקטל — „אַריבער די שאָטנס‟ — אין 2001, האָבן גאָר ווייניק אַנדערע געשאַפֿן נײַע ייִדישע לידער. אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאָקס־ראָזען און פּאַטריק פֿאַרעל, האַלט זיך וואַלעצקי אַ סך נענטער צו דעם ייִדישן פֿאָלקס־אידיאָם אין זײַנע שאַפֿונגען.

פֿאָקס־ראָזען דערציילט דאָ וועגן דער השפּעה פֿון מרדכי געבירטיג אויף זײַן מוזיק:

וואַלעצקי איז אויפֿגעטראָטן אינעם קאָנצערט צוזאַמען מיט די מוזיקער פּאַרטריק פֿאַרעל, מײַקל ווינאָגראַד, בענדזשי פֿאָקס־ראָזען, און דבֿורה שטראַוס. אין דער פּראָגראַם איז ער דער איינציקער וואָס שאַפֿט סײַ די ווערטער, סײַ די מוזיק, און ער האָט מיט דער גרופּע, קודם, געזונגען דרײַ אָריגינעלע לידער, און צום סוף פֿונעם אָוונט האָט סוועטאַ קונדיש געזונגען מיט אים זײַן ליד — „ווער וועט זייען שלום?‟, מוזיק פֿון מײַקל ווינאָגראַד, און דער גאַנצער אָוונט האָט זיך געשלאָסן מיט וואַלעצקיס ליד „כּלות טאַנצן‟.

פֿאַרן ניו־יאָרקער עולם איז דער אויפֿטריט פֿון סוועטאַ קונדיש געווען אַ פּרעמיערע. זי איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע, דערנאָך עולה געווען קיין ישׂראל און דאָרט שטודירט ייִדישע לידער מיט נחמה ליפֿשיץ. דערנאָך האָט זי ווײַטער שטודירט וואָקאַלע קונסט אין ווין, און הײַנט לערנט זי זיך די קונסט פֿון חזנות אין בערלין. איר קול קלינגט, ווי איינער האָט באַשריבן, ווי אַ מלאך.

לעצטנס, האָט זי אָנגעהויבן צו זינגען נײַע לידער צו די טעקסטן פֿון דער פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, מוזיק געשאַפֿן פֿונעם אַקאָרדיאָן־שפּילער פּאַטריק פֿאַרעל. זי און פֿאַרעל האָבן פֿאָרגעשטעלט די לידער „ווער האָט געזען‟, „אַ נסיעה‟, „און ווידער‟. ווי פֿריִער דערמאָנט, איז פֿאַרעלס מוזיק ווײַט פֿון פֿאָלקישקייט, און נאָענטער צו אַן אַוואַנגאַרדישן סטיל. בײַם „קלעזקאַנאַדע‟, הײַנטיקס יאָר, האָט ער געשאַפֿן נײַע אַראַנזשירונגען פֿון פֿאָלקסלידער און גאָלדפֿאַדענס אַ ליד פֿאַרן ספּעקטאַקל „עלשטיין אויף דער פּלאַזשע‟. ער וווינט אין ברוקלין, אָבער האָט שטודירט אַקאָרדיאָן און פֿאַרשיידענע אַקאָרדיאָן־סטילן אין מערבֿ און מיזרח־אייראָפּע.

קונדיש האָט אויך געזונגען דאָס ליד „ספּעקטער‟ [רוח], ווערטער פֿון שׂרה גאָרדאָן, מוזיק פֿון ווינאָגראַד, און אַ ליד פֿון שיקע דריז „איך גיי, איך זע‟ מיט דער נײַער מוזיק פֿון פֿאַרעל.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די גרופּע זינגער, מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָר, וועלכע איז אויפֿגעטראָטן בײַם „פֿעסטיוואַל פֿון נײַע ייִדישע לידער‟, נעמט אַרײַן אַ קליינעם טייל פֿון די קאָמפּאָזיטאָרן פֿון נײַע ייִדישע לידער איבער דער וועלט. פֿון געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע און ישׂראל, דערשײַנען רעקאָרדירונגען מיט נײַע ווערטער, נײַע מעלאָדיעס. אין דער אמתן הינקט אונטער אַמעריקע אין דעם פּרט. כאָטש אפֿשר נישט קיין „באַוועגונג‟ ממש, וואַקסט די שאַפֿערישקייט איבער דער וועלט.

„דער פֿעסטיוואַל פֿון נײַע ייִדישע לידער‟ האָט אָרגאַניזירט „דער אַנ־סקי אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור‟ בײַם „צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ‟, בשותּפֿות מיטן „שלום־עילכם־קולטור־צענטער‟ און „ייִוואָ‟. מע האָפֿט, אַז דער פֿעסטיוואַל וועט ווערן אַ יערלעכע אונטערנעמונג, און לויטן אָפּרוף מאָנטיק אין אָוונט, וועט דאָס בלי־ספֿק מקוים ווערן.