שפּיל דו, כּלי־זמר, מיר אַ װאָלעך…
זעליק בערדיטשעװער
די װעלט שטײט נישט אױף אײן אָרט… די גרױסע כּלל־ענדערונגען האָבן אָנגערירט דעם װעלטבױ בכלל, אױך די קלעזמער־װעלט בפֿרט. דער מחבר פֿון אָט די שורות האָט געהאַט דעם גרױסן כּבֿוד צו קענען די קלעזמער־װעלט פֿון קינדהײט אָן, און דװקא פֿון אינעװײניק. אין פֿאַרלױף פֿון די לעצטע הונדערט יאָר איז דאָס לשון־קודש־שטאַמיקע װאָרט „כּלי־זמר‟ פֿאַרביטן געװאָרן אױף אַ ציגײַנעריש־שטאַמיק װאָרט „לאַבוך‟; די „חתונה‟ אַלײן רופֿן די לאַבוכן אַ „כאַלטורע‟, װאָס שטאַמט פֿון אַ סלאַװיש זשאַרגאָן־װאָרט „כאַלטוראַ‟ און באַטײַט ניט אַנדערש װי „דאָס פּסאַלמען־זינגען בײַ אַ גױיִשער לװיה‟.
איך מײן, אַז קײן אײן הײַנטצײַטיקער קלעזמער אױף דער װעלט װעט ניט קענען איבערזעצן דעם קורצן דיאַלאָג אױף דער קלעזמער־שפּראַך פֿון שלום־עליכמס “סטעמפּעניו”:
— װער איז אָט די דאָזיקע שעכטע (נקבֿה), װאָס שטײט נעבן דער סמיסאַנקע (כּלה)?… גײ נאָר און פּראָבע־אױס (װער געװױרן) מאַטאַם (װער ער איז), אָבער כידקע (געשװינד).
— דאָס איז ניט קײן שעכטל (אַ מײדל), דאָס איז שױן אַ יאַלדאָװקע (אַ װײַבל)… און דאָס איז איר יאָלד (דער מאַן)…
— … גאָר אַ קליװע (שײנע) יאַלדאָװקע. זע נאָר, זע, װי זי מאַטרעט (קוקט) מיט די זיקרעס (אױגן)!
— … איך װעל אַלײן טירען (איבעררעדן) מיט צוזעניכע (מיט דער דאָזיקער).
אין די צײַטן, װען איך האָב „לאַבײַעװעט‟ (געשפּילט) כאַלטורעס, װאָלט עס געקלינגען אַזױ:
— װער איז אָט די טשוּװיכע (פֿון ציגײַנערישן „טשאַװאָ — מײדל), װאָס שטײט לעבן דער ציג? גײ און טאַפּ זי אָן בײַם פּופּיק, אָבער שוסטרע.
— דאָס איז ניט קײן טעליצע, דאָס איז שױן אַ קו… און דאָס איז איר טשוּוואַק.
— אַ קליאָװע קו. זע נאָר, זע, װי זי זירקעט מיט די זענקעס!
— איך װעל אַלײן איבערטיאָרקען מיט איר.
און איצט ברענג איך אַ פּאָר אומפֿאַרגעסלעכע מעשׂיות פֿון מײַן װײַט אָפּגעשײדענעם לאַבוכן־לעבן.
די לאַבוכן האָבן געשפּילט דרײַ קאַטעגאָריעס כאַלטורעס:
א) „אַ זשלאָבסקע, אָדער אַ בלוטיקע כאַלטורע‟. דאָס זײַנען געװען, איבער הױפּט, גױיִשע חתונות ערגעץ װוּ אין אַ פֿאַרװאָרפֿן דאָרף. די חתונה איז פֿאָרגעקומען אין דרױסן, אין אַ ריזיקן געצעלט, בדרך־כּלל, אָסיען־צײַט אָדער טיף אין װינטער. נאָך אַזאַ חתונה, ס’הײסט, נאָך צװײ מעת־לעתן שפּילן, אָן אַן איבעררײַס, פֿלעגן די פֿינגער בײַ די מוזיקער אָפּגעריבן װערן ביז בלוט. דעריבער האָט מען אַזאַ חתונה גערופֿן „אַ בלוטיקע כאַלטורע‟.
די צװײטע סיבה פֿון אַזאַ בכּבֿודיקן טיטל, „אַ זשלאָבסקע כאַלטורע‟, איז געװען צוליב דעם, וואָס ניט זעלטן פֿלעגט אַזאַ חתונה זיך פֿאַרװאַנדלען אין אַ לװיה. צו אַזאַ חתונה פֿלעגן קומען אַן ערך פֿינף־זיבן הונדערט געסט, ס’רובֿ פּױערים און פּױערטעס, מע פֿלעגט זיך אָנשיכּורן ביזן װילדן צושטאַנד, און דאַן האָט מען זיך גענומען צו די מעסערס, קאָסעס און װידלעס.
אױף אײנער פֿון אַזעלכע חתונות האָט אונדזער פֿידלער, מאָשקע, אָפּגעטאָן אַ שפּיצל. מיר האָבן שױן געהאַט אָפּגעשפּילט אַן אָנדערטהאַלבן מעת־לעת, נאָר די געסט האָבן געהאַלטן אין אײן טאַנצן און געפֿאָדערט — „מוזיקאַ, פֿאָק‟ (פֿײַער)! און דאָ דערזעען מיר, אַז דער דאָרף־פּאַסטעך פֿירט איבער דער גאַס אַ סטאַדע בהמות און שטעלט זיך אָפּ לעבן אונדזער געצעלט. ער גיט איבער דעם באַלעבאָס אין די הענט אַ ריזיקן אָקס מיט אַן אײַזערנעם רינג אין דער נאָז. דער באַלעבאָס נעמט איבער דעם אָקס און פֿירט אים איבערן גאַנצן געצעלט אין שטאַל אַרײַן. און דאָ גײט צו מאָשקע צום מיקראָפֿאָן און גיט אַזאַ האַרציקן צעצױגענעם פֿיר מיטן סמיטשיק איבער דער גראָבער סטרונע — „מו־ו־ו־וּ־!!!‟ איר האָט געדאַרפֿט זען דעם בידנע אָקס… ער האָט זיך אָפּגעשטעלט אין מיטן דעם געצעלט און אַ קער געטאָן זײַן שװאַרצע מאָרדע צו די לאַבוכן; נאָר מאָשקע, נעבעך, האָט עס ניט געזען און גיט נאָך אַ מאָל אַזאַ „ליבע־מו־ו־ו־ו‟ איבער דער גראָבער סטרונע. דער אָקס האָט זיך אַרױסגעריסן פֿונעם באַלעבאָס און זיך אַ װאָרף געטאָן צו דער בינע, גלײַך צו מאָשקען… די שײנע סצענע האָט אויסגעזען אַזוי: מאָשקע דער פֿידלער האָט זיך געטראָגן איבער דער גאַס מיטן סמיטשיק איבערן קאָפּ און נאָך אים האָט גאַלאָפּירט דער צעבושעװעטער אָקס. פֿון דעמאָלט אָן האָט מאָשקע געהײסן „מאָשקע די קו‟.
ב) דער צװײטער סאָרט חתונות האָט געהײסן “אַ באַלעבאַטישע כאַלטורע”. אַזאַ חתונה פֿלעגט פֿאָרקומען אין אַ שײנעם רעסטאָראַן, און דורכגעגאַנגען שאַ־שטיל, אָן עקסצעסן. אַגבֿ, דװקא אױף די באַלעבאַטישע חתונות פֿלעגן זיך אָנהײבן די שטורמישע קלעזמאָרישע ליבעס, אָבער װעגן דעם — אַן אַנדערס מאָל.
ג) דער דריטער סאָרט חתונות האָט געהײסן „אַ לײַטישע חתונה‟. טאַקע אַ “חתונה” און ניט קײן „כאַלטורע‟. דאָס זײַנען געװען, בדרך־כּלל, די ייִדישע חתונות, און זײ האָבן געהאַט אַ „רעפֿאָרמיסטישן‟ טעם. ס’רובֿ „לײַטישע חתונות‟ פֿלעגט מען מאַכן שבתע־נאַכט, אָדער שבת פֿון אין דער פֿרי ביז שפּעט בײַ נאַכט. די חופּה פֿלעגט מען שטעלן דאָנערשטיק אין אָװנט, בײַ דער כּלה אין דער הײם, מיט פֿאַרמאַכטע לאָדנס, אין אָנװעזנהײט פֿון אַ פּאָר מנינים סאַמע נאָענטע קרובֿים. אױף די „לײַטישע חתונות‟ זײַנען געװען װיכטיק נאָר צװײ זאַכן — דאָס עסן און די מוזיק. ביסט רײַך צי אָרעם, עס מאַכט ניט אױס, נאָר אױפֿן טיש האָט געדאַרפֿט שטײן פֿון כּולו־גוטס, און די קלעזמאָרים האָבן געדאַרפֿט ניט נאָר שפּילן, נאָר אױך „פֿירן‟ די חתונה אױף אַ לײַטישן אופֿן. פֿריִער האָט עס געהײסן „בדכנות‟. די װיצן און די לידער זײַנען געװען פֿאַרשריבן אין אַ דיקער העפֿט, װאָס האָט געהײסן אַ „תּלמוד‟.
דער װיכטיקסטער פּונקט בײַם סוף חתונה איז געװען דאָס אַרױסרופֿן װיפֿל געלט האָבן געשאָנקען די עלטערן און די געסט דעם יונגן פּאָרל. אַ קלעזמער מיט אַ שײן קול פֿלעגט שטײן בײַם מיקראָפֿאָן און אַרױסרופֿן: „מע טראָגט צו אַ ׳מכּה׳ דער כּלהס מאַמע‟ — און אַזױ װײַטער, אַלע מחותּנים.
איך געדענק די „לײַטישע חתונה‟ פֿון מײַן שכן ניומקע, אָנהײב 1970ער יאָרן, אין אַ פּרעכטיקן רעסטאָראַן בײַם װאַסערל. עס קומט די צײַט פֿון צוטראָגן די „מכּות‟, גייט צום מיקראָפֿאָן צו דער כּלהס פֿאָטער און דערקלערט, אַז ער שענקט דער חתן־כּלה אַזױ און אַזױ פֿיל מזומנים און אַ נײַע דירה. און פֿון דער קיך שװימט שױן אַרױס די סאַרװערין מיט אַ ריזיקן שײנעם טאָרט און לאָזט זיך גײן צו דער כּלהס טאַטן. די קאַפּעליע הײבט אָן שפּילן אַ „װיװאַטל‟… און דאָ, לױפֿט צו צו דער סאַרװערין דער חתן ניומקע, רײַסט בײַ איר אַרױס פֿון די הענט דעם טאָרט, טוט אים אָן אױף זײַן שװערס קאָפּ און שרײַט אינעם מיקראָפֿאָן: „פּאַפּאַשע, איר זענט אַ ליגנער און אַ גזלן! איר האָט מיר צוגעזאָגט אַן אױטאָ! װוּ איז מײַן אױטאָ???‟
איצט זעט איר, רבותי, אַז גערעכט איז געװען אַלבערט אײַנשטײן מיט זײַן באַרימטן אױסדרוק: „אַ לײַטישע ייִדישע חתונה? װײס איך װאָס… אַלץ איז רעלאַטיװ אין אונדזער לעבן…‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.