דער נײַער פּרעזידענט פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן אָלימפּיאַדע־קאָמיטעט (IOC) פֿירט אָן מיט אַן אָרגאַניזאַציע אין דײַטשלאַנד, וואָס העלפֿט די פֿירמעס צו גאַראַנטירן, אַז זייער סחורה זאָל נישט קומען פֿון ישׂראל.
טאָמאַס באַך, אַ דײַטש, וועלכער איז דינסטיק דערוויילט געוואָרן בעת אַ זיצונג פֿונעם IOC אין בוענאָס־אײַרעס, איז דער פֿאָרזיצער פֿון Ghorfa, דער אַראַביש־דײַטשער אינדוסטריע־און־האַנדל קאַמער, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין די 1970ער יאָרן דורך די אַראַבישע לענדער, כּדי צו בויקאָטירן דעם האַנדל מיט ישׂראל.
„ס׳גייט קעגן די פּרינציפּן פֿון גוט־ספּאָרטלעכקייט און יושר, אַז דער IOC זאָל אָנגעפֿירט ווערן דורך אַ מענטש, וועלכער באַטייליקט זיך אַקטיוו אין די כּסדרדיקע בויקאָטיר־קאַמפּאַניעס קעגן ישׂראל,‟ האָט דערקלערט דידרע בערגער, די דירעקטאָרין פֿונעם „בערלין ריימער־אינסטיטוט‟ בײַם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟.
די פּרעזידענטין פֿון דער ייִדישער קהילה אין בערן, שאַרלאָט קנאָבלאָך, שטיצט אָבער יאָ באַכן פֿאַרן הויפּט פֿון דער IOC, לויבנדיק אים ווי „אַ מוסטער פֿון טאָלעראַנץ, ספּאָרטלעכקייט און קאָסמאָפּאָליטישקייט‟.
Ghorfa העלפֿט די דײַטשע פֿירמעס צו פֿאַרזיכערן, אַז זייער סחורה באַפֿרידיקט די אימפּאָרטיר־פֿאָדערונגען פֿון די אַראַבישע רעגירונגען, וואָס אַ טייל פֿון זיי פֿאַרווערן אַלע סחורהות און באַדינונגען, פֿאַרבונדן מיט ישׂראל.
באַך, וועלכער האָט פֿריִער געדינט ווי דער וויצע־פּרעזידענט פֿון דער IOC, האָט געוווּנען אַ גאָלדענעם מעדאַל אין פֿעכטערײַ אין 1976, איידער ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין ספּאָרט־מאַרקעטינג און פּאָליטיק. ער האָט געשטיצט דעם באַשלוס פֿון דער IOC נישט צו דערלויבן אַ מאָמענט פֿון שווײַגן בעת דער זומער־אָלימפּיאַדע פֿון 2012, לזכּרון די נײַן ישׂראלדיקע אַטלעטן, וועלכע זענען דערהרגעט געוואָרן פֿון אַ גרופּע פּאַלעסטינער טעראָריסטן מיט 40 יאָר פֿריִער.
עס זענען דינסטיק אויך דערוויילט געוואָרן נײַן אַנדערע מיטגלידער פֿון דער IOC, אַרײַנגערעכנט אַ בראַזיליאַנער ייִד, בערנאַרד רײַזמאַן, וועלכער האָט אַ מאָל געוווּנען אַ גאָלדענעם אָלימפּישן מעדאַל און אַ זילבערנעם, אין נעצבאָל. ער איז הײַנט דער פּרעזידענט פֿון דעם בראַזיליאַנער „נאַציאָנאַלן אַטלעטן־קאָמיטעט‟ און אַ קאָנגרעסמאַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.