פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט גערופֿן דעם קאָנגרעס אָפּצולייגן די אָפּשטימונג אויף דער פֿראַגע, צי די פֿאַראייניקטע שטאַטן זאָל אַטאַקירן סיריע צי נישט, בעת ער באַראַט זיך מיט רוסלאַנד וועגן אַן אָפּמאַך, וואָס וואָלט אָפּגעשטעלט סיריעס פּראָגראַם פֿון כעמישע וואָפֿנס.
„דערפֿאַר האָב איך געבעטן די פֿירער פֿונעם קאָנגרעס צו וואַרטן מיט דער אָפּשטימונג, בעת מיר פּרוּוון אויס דעם דיפּלאָמאַטישן דרך,‟ האָט אָבאַמאַ דערקלערט אין אַ טעלעוויזירטער רעדע דינסטיק אָוונט.
לויטן רוסישן פּלאַן, וואָלט מען דאָס סירישע כעמישע געווער איבערגעפֿירט צו אַן אינטערנאַציאָנאַלער קערפּערשאַפֿט, און עס דעטאָנירט. די סירישע אינסטאַנצן האָבן געזאָגט, אַז זיי וועלן אַרומרעדן די מעגלעכקייט פֿון אַזאַ פּלאַן.
אַ צאָל פּראָ־ישׂראלדיקע גרופּעס האָבן אין די לעצטע טעג געפֿאָלגט דאָס „ווײַסע הויז‟ און גערופֿן דעם קאָנגרעס צו שטיצן אַן אַטאַק, הגם עס האָט אויסגעזען אומרעאַליסטיש, נעמענדיק אין באַטראַכט די אומפּאָפּולאַריטעט פֿון אַזאַ שריט בײַ די אַמעריקאַנער וויילער, און דער אָפּאָזיציע פֿון ס׳רובֿ קאָנגרעסלײַט אינעם „רעפּרעזענטאַטן־הויז‟.
אָבאַמאַ האָט דערקלערט, אַז די כעמישע וואָפֿנס אין סיריע באַדראָען די אַמעריקאַנער אַליִיִרטע לענדער ווי ישׂראל, אָבער האָט צוגעגעבן, אַז ישׂראל דאַרף זיך נישט שרעקן פֿאַר אַ נקמה־אַקט, טאָמער וועט די פֿאַראייניקטע שטאַטן יאָ דורכפֿירן דעם אַטאַק.
„אַסאַד האָט נישט קיין אינטערעס אין אַן עסקאַלאַציע, וואָס וואָלט דערפֿירט צו זײַן אייגענער פֿאַרטיליקונג — האָט אָבאַמאַ געזאָגט — און אונדזער פֿרײַנד, ישׂראל, קאָן זיך אַליין באַשיצן, אַ דאַנק איר אייגענעם כּוח און דער פֿעסטער שטיצע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.‟
פֿאַרטיידיקנדיק אַן אַטאַק אויפֿן סמך פֿון מאָראַלישע ווערטן, האָט אָבאַמאַ דערמאָנט, אַז דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿאַרווער פֿון כעמישע וואָפֿנס איז געווען אַ רעאַקציע אויף די גרוילן פֿונעם חורבן. „אין דער ערשטער וועלט־מלחמה זענען די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן געווען צווישן די טויזנטער קרבנות פֿון טייטלעכע גאַז־אַטאַקן אין אייראָפּע און אין דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן די נאַציס געניצט גאַז, כּדי דורכצופֿירן דעם גענאָציד,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.