מײַן עגיפּטישער סטודענט

My Egyptian Student


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published September 12, 2013, issue of September 27, 2013.

איר וועט עס נישט גלייבן, ווײַל איך האָב עס זיכער נישט געגלייבט, ווען איך האָב די טעג באַקומען אַ פּאָר בליצבריוולעך פֿון אַ מענטשן וואָס רופֿט זיך ד‟ר אַכמעד מאַכרעבי. ער שרײַבט מיר, אַז ער איז אַן אַסיסטענט־לעקטאָר אין העברעיִש אין שאַמס־אוניווערסיטעט, אין עגיפּטן, קען אויך רעדן דײַטש און העברעיִש, און בעט זיך אײַן בײַ מיר איך זאָל אים לערנען ייִדיש.

איז קודם און צום אַלעם ערשטן, האָב איך זיך אַ טשוטקעלע דערשראָקן, געמיינט, חלילה, אַז ס’איז עפּעס אַ שווינדל; נאָך אַלעמען, שלאָגט מען זיך און מ’הרגעט זיך אין די גאַסן פֿון קאַיִר, עס גיסט זיך בלוט, און דאָ, אין מיצקע דרינען, וויל זיך עמעצער לערנען ייִדיש? איז דאָס נישט קיין חידוש.

האָב איך איבערגעפֿירט מײַן בליצפּאָסט אין דער דײַטשער אָפּטיילונג פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וווּ איך אַרבעט, און זיי געבעטן זיי זאָלן אויספֿאָרשן דעם ענין און מיר לאָזן וויסן, צי ס’איז נישט עפּעס אַ אַ מעשׂה פֿון טויזנט און איין נאַכט. האָבן זיי טאַקע דאָס רעווידירט, און מיך פֿאַרזיכערט, אַז דער ד‟ר אַכמעד מאַכרעבי עקזיסטירט, און אַז ער איז אַ לעגיטימער פּאַרשוין, דער עיקר, איך זאָל זיך נישט שרעקן.

צווייטנס, האָב איך געקלונגען בערלען, דעם פּראָפֿעסאָר דובֿ-בער קערלער, אין אינדיאַנע־אוניווערסיטעט, און אים דערציילט די גאַנצע געשיכטע. לאַכט ער: „אַוודאי איז דער פּאַרשוין אויפֿריכטיק, און אַז אינעם זומער־פּראָגראַם אין ווילנע, האָבן זיך געלערנט ייִדיש דרײַ סטודענטן פֿון מצרים, און זײַנען טאַקע געווען אויסגעצייכנטע תּלמידים‟.

גיי ווייס! ס’רובֿ פֿון אונדזערע ייִדן אין אַלע עלטערס, בריקעווען זיך, ווען עס קומט צו ייִדיש, און די פּוילישע, אוקראַיִנישע, רוסישע, פֿראַנצייזישע, איטאַליענישע, שוועדישע, און אַפֿילו די מוסולמענער פֿון די אַראַבישע לענדער, ווילן זיך לערנען ייִדיש, וווּ נאָר די זומער־ און ווינטער־פּראָגראַמען ווערן געגעבן.

האָב איך זיך אָנגעטראָפֿן אין אַ ד‟ר אַכמעד מאַכרעבי, ער וויל זיך פֿאַרפֿולקומען אין ייִדישע לימודים. ער שרײַבט אויף ענגליש פֿול מיט גרײַזן: „מיר געפֿעלט אײַער פֿאָרש־אַרבעט אין ייִדיש, און איך פֿאָלג עס נאָך. איך האָף, אַז איר וועט מיר העלפֿן אויסצולערנען זיך די ייִדישע שפּראַך. איך קען שוין אַ ביסעלע גראַמאַטיק און אַ סך ייִדישע ווערטער. קענט איר מיר שיקן אַ ׳סי־די׳ וועגן ייִדיש פֿאַר אָנהייבער, מיטעלע און ביכער פֿון גראַמאַטיק אין ייִדיש‟.

האָב איך אים געשריבן „צו וואָס ייִדיש?‟ — און ווידער אַ מאָל באַקומען דעם זעלבן ענטפֿער, אַז ער קען שוין העברעיִש און דײַטש, אַלץ וואָס עס פֿעלט אים, איז ייִדיש. האָב איך זיך גענומען גריבלען, צו וואָס טויג עס אַ מוסולמענער צו דערגיין די וואָרצלען פֿון דער ייִדישער שפּראַך, אַכיבע ער וויל וויסן דעם אונטערשייד צווישן ייִדן, וואָס רעדן ייִדיש, און די ישׂראלים, וואָס רעדן העברעיִש? וואָס זײַנען די אונטערשיידן צווישן די צוויי מחנות? און פֿאַרוואָס זײַנען נאָך פֿאַראַן ייִדן איבער דער וועלט, וואָס רעדן ייִדיש און נישט העברעיִש? זײַנען זיי די זעלבע ייִדן? און ווי פּאָליטיש זײַנען די ייִדן געשטימט אין אַמעריקע לגבי ישׂראל; און פֿאַרקערט, ווי באַציִען זיך די ישׂראלים צו ייִדן, וואָס ריכטן אָפּ דעם ייִדישן גלות אין אַמעריקע? די געדאַנקען האָבן מיך באַלאַגערט, בעת איך האָב געטראַכט, צו וואָס ייִדיש אינעם הײַנטיקן מצרים.

ס’איז דווקא אַן אינטערעסאַנטע טעמע. נעמט זיך אין זינען: ווער פֿון אונדז אַשכּנזישע ייִדן, רעדן הײַנט־צו־טאָג ייִדיש? איז אַזוי, די פֿרומע ייִדן איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט ישׂראל און בעלגיע, רעדן עד־היום ייִדיש. זיי רעדן מאַמע־לשון צוליב אַלערליי טעמים, די אולטראַ־אָרטאָדאָקסן אין ישׂראל אָנערקענען נישט מדינת־ישׂראל, און נישט די העברעיִשע שפּראַך גופֿא, צוליב דעם וואָס עס איז נישט באמת לשון־קודש, נאָר אַ ייִדישע שפּראַך ווי עבֿרית, וואָס איז מאָדערניזירט געוואָרן, אָנגענומען אַ ספֿרדישע הבֿרה, טריף געמאַכט דאָס הייליקע לשון מיט וווּלגאַר־לשון. פֿאַרשטייט זיך, ווען משיח וועט קומען, וועט ער שוין אויסגלײַכן דעם גאַנצן סיכסוך.

די וועלטלעכע ייִדן, דער עיקר, די אַמעריקאַנער, האָבן זיך אײַנגענעגלט אין ענגליש, ווי די גוייִשע שפּראַך וואָלט געווען זייערס; קוקן זיי אַראָפּ אויף ייִדיש, ווי ס’וואָלט ערשט אַראָפּגעקומען פֿון דער שיף. די צרה דערבײַ איז אַ צוויי־פֿאַכיקע, ערשטנס, האָבן די מיליאָנען אַמעריקאַנער ייִדן אָנגעוווירן זייער אָפּשטאַמונג; פֿרעגט זיי בחרם, ווער זיי זײַנען, פֿון וואַנען זיי שטאַמען, פֿון וועמען זיי שטאַמען? דער ענטפֿער איז אַלעמאָל, דער עלטער־זיידע אָדער באָבע קומען ערגעץ פֿון אַ קליין שטעטל. זוכן זיי אין די אַרכיוון פֿון ייִוואָ אָדער אויף טעלעוויזיע די גענעאָלאָגישע אָפּטיילונג. און דאָס טוען זיי צוליב די פּאָר האַליוווּדער „שטערן‟, וואָס האָבן אויסגעפֿונען, אַז זיי זײַנען ייִדן און האָבן זיך גענומען גריבלען אין זייער אָפּשטאַם. עס זײַנען אויך אַרויס אַ פּאָר ביכער וועגן די גרויסע פֿילם־שטערן, וואָס זאָגן אויס פֿאַר גאָט און פֿאַר לײַט, אַז זיי זײַנען באמת ייִדן און גייען אין שיל איין מאָל אַ יאָר, אום יום־כּיפּור.

דער אמת איז, אַז די ייִדישע וועלט איז צעשפּאָלטן. מיר פֿאַרמאָגן נישט דעם געדאַנק „איט טייקס עי ווילעדזש‟, ווי די פֿרוי הילאַרי קלינטאָן האָט געשריבן, עס נעמט אַ ייִשובֿ, אַ שטעטל, אַ קהילה פֿון ייִדן אָנצוהאַלטן זייער אידענטיטעט. און דאָס זעלבע איז נוגע ישׂראל; זיי זײַנען פּונקט אַזוי צעשפּאָלטן ווי די אַמעריקאַנער ייִדן. בלויז די דרוזן אין ישׂראל ווייסן, ווער זיי זײַנען און וווּ זייער היים איז — איז איז צווישן אייגענע. דאָרט האָט מען חתונה צווישן אייגענע, דאָרט פֿילט מען זיך אין דער היים, און דאָרט פֿילט מען זיך נישט באַדראָט. נישט געקוקט דערויף, וואָס זיי דינען אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי, ווערן פּילאָטן און דערגרייכן זייערע אַמביציעס. און דאָך, גיב זיי דעם ייִשובֿ, זײַנען זיי גליקלעך.

כ’האָב ערשט בײַגעוווינט אַ פּאַנעל־דיסקוסיע אין דער 92סטער גאַס „ווײַ‟, וווּ עס זײַנען געווען פֿאַרטראָטן פֿיר אָנגעזעענע פּאַנעליסטן, צווישן זיי עמוס עוז, דניאל ליבעסקינד, דעבראַ דעש מור און פֿאַניאַ עוז־זאַלצבערגער. עס האָט זיך געהאַנדלט וועגן ווערטער, ייִדישע שפּראַכן און צי אַ שפּראַך קען זײַן די טרעגערין פֿון ייִדישקייט. פֿאַרשטייט זיך, מען האָט דערמאָנט אַ שלל מיט ייִדישע שפּראַכן, אָבער אויסגעלאָזט האָט מען איין שפּראַך — ייִדיש. האָט זיך אָפּגערופֿן פֿאַניאַ עוז־זאַלצבערגער: „הײַנט זײַנען פֿאַראַן בלויז צוויי שפּראַכן בײַ ייִדן, העברעיִש און ענגליש. און עמוס עוז האָט צוגעגעבן, אַז מען דאַרף גאָרנישט זײַן קיין ייִד אויף צו זײַן אַ ייִד.‟

איז וווּ האַלט איך מיטן מיצרי, וואָס וויל קענען דווקא ייִדיש? האָב איך אים געשריבן לעצטנס, אַז איך בין וויליק אים צו דערציילן, פֿון וואַנען די שפּראַך שטאַמט, איר קולטור־געשיכטע, איר ליטעראַטור און פּאָעזיע און איר גראַמאַטיק.

די פֿראַגע איז נאָך אַלץ געבליבן שטעקן בײַ מיר אין מוח, וואָס וועלן די נישט־ייִדן טאָן מיט אונדזער לשון? ווי אַזוי וועלן זיי זיך מיט דעם ספּראַווען? און דער עיקר, וועלן זיי אין דער צוקונפֿט ווערן ייִדיש־לערער, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס עס וועט זיי פֿעלן דאָס פּינטעלע ייִד?

כאָטש איך בין אַ באַשיידענער מענטש פֿון דער נאַטור, וויל איך זיך טיילן מיט מײַנע לייענער, אַז דעם סעמעסטער האָבן זיך רעגיסטרירט אויף מײַן קורס אין קאָלומביע איבער זעכציק סטודענטן. יונגע, נײַגעריקע, ייִדישע און אַ פּאָר נישט־ייִדישע, וואָס ווילן דווקא אויסגעפֿינען, וווּ האַלטן מיר מיט ייִדיש, מיט דער ייִדישער קולטור און, דער עיקר, וווּ שטעקט דאָ ערגעץ ייִדישקייט? גיי זאָג זיי אויס, אַז אַרום מיר פּוסטעוועט די ייִדישע גאַס.