דער שפּאַנישער פּאַרלאַמענט קלײַבט זיך אָפּצושטימען, צי מע זאָל אײַנפֿירן אָבליגאַטאָרישע שול־לימודים וועגן דעם חורבן. די צײַטונג „על פּײַס‟ האָט איבערגעגעבן, אַז נישט לאַנג צוריק האָט די פֿירנדיקע צענטריסטישע „פֿאָלקס־פּאַרטיי‟ איבערגעגעבן דעם פֿאָרגעלייגטן געזעץ־פּראָיעקט דער אונטערשטער פּאַלאַטע פֿונעם פּאַרלאַמענט, וווּ אירע 185 דעפּוטאַטן פֿאַרנעמען ס׳רובֿ — 52 פּראָצענט — ערטער. אויב דער פּלאַן וועט אָנגענומען ווערן, וועלן די שפּאַנישע שילער מוזן זיך באַקענען, „אויף פֿאַרשיידענע שטאַפּלען פֿון זייער אַלגעמיינער בילדונג‟, מיט דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן גענאָציד-אומקום אונטער דעם דײַטשישן נאַצי־רעזשים.
די שפּאַנישע נײַעס־אַגענטור „אייראָפּאַ-פּרעס‟ האָט דערקלערט, אַז דער פֿאָרגעלייגטער פּראָיעקט איז אַ טייל פֿונעם ברייטערן פּלאַן אײַנצופֿירן אין דער אַלגעמיינער בילדונג־פּראָגראַם פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן, וואָס וועלן העלפֿן צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי מע קאָן אויסמײַדן אָדער לייזן קאָנפֿליקטן אויפֿן אַ פֿרידלעכן אופֿן, מיט אַן אַקצענט אויף דעמאָקראַטישע ווערטן און מענטשנרעכט.
דערווײַל איז נאָך נישט קלאָר, ווען דער פּאַרלאַמענט וועט ּשטימען פֿאַרן נײַעם פּראָיעקט. יצחק קערוב, דער פּרעזידענט פֿון דער שפּאַנישער „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות‟, האָט באַמערקט, אַז דער פּראָיעקט איז „זיכער אַ סימן פֿון פּראָגרעס‟. ער האָט אָבער צוגעגעבן, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע וואָלט געווען מער צופֿרידן, אויב מע וועט אײַנפֿירן אין די שולן אַלגעמיינע לימודים וועגן די יסודות פֿון דער ייִדישער געשיכטע, נישט בלויז וועגן דעם חורבן. סײַדן מע באַטראַכט דעם נאַצי־גענאָציד אין אַ ברייטערן קאָנטעקסט, האָט ער צוגעגעבן, וועלן די קינדער באַקומען אַ קרומע השׂגה פֿון ייִדן.
מיט אַ יאָר צוריק, האָט די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟ דורכגעפֿירט אַן אויספֿרעג פֿון 5,000 תּושבֿים פֿון 10 אייראָפּעיִשע לענדער, וואָס ווײַזט אָן אויף אַ הויכן ניוואָ פֿון אַנטיסעמיטיזם אין שפּאַניע — מערקווירדיק העכער, ווי אין אַנדערע ראַיאָנען פֿון אייראָפּע. מער ווי אַ העלפֿט, 53 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע שפּאַניער האָבן אַרויסגעוויזן אַנטיסעמיטישע שטימונגען, אין פֿאַרגלײַך מיט 17 פּראָצענט אין ענגלאַנד. דאָס איינציקע לאַנד אינעם באַריכט, וואָס האָט געשטעלט אַ „העכערן רעקאָרד‟ — 63 פּראָצענט — איז געווען אונגאַרן.
קערוב האָט באַטאָנט אין אַ שמועס מיט „אייראָפּאַ־פּרעס‟, אַז אין אַזאַ מצבֿ איז נייטיק צו באַקענען די תּלמידים מיט דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן חורבן, בעת וועלכן שפּאַניע האָט געשפּילט אַ מער פּאָזיטיווע ראָלע, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע אַליִיִרטע פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד. ביז די 1970ער יאָרן, האָט דאָרטן רעגירט דער מיליטערישער דיקטאַטאָר פֿראַנציסקאָ פֿראַנקאָ, וועלכע האָט געשלאָסן אַ שטילשטאַנד־אָפּמאַך מיט היטלערן. פֿונדעסטוועגן, האָט שפּאַניע נישט איבערגעגעבן די ייִדן צו די נאַציס און געוואָרן, אַדרבה, אַ וויכטיקער מקום־מיקלט אין די חורבן־יאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.