קאָן די ייִדישע קולטור אין אַמעריקע זיך באַגיין אָן אַ צענטראַלער אָרגאַניזאַציע? די ניו-יאָרקער „פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער קולטור‟ („FJC‟), וועלכע האָט אויסגעגעבן מער ווי 50 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר ייִדישע פֿאָרשער און קולטור-טוער זינט 1960, קלײַבט זיך צו פֿאַרמאַכן אינעם קומענדיקן יאָר. עליז בערנאַרט, די פּרעזידענטין און הויפּט-פֿאַרוואַלטערין פֿון דער פֿונדאַציע, האָט איבערגעגעבן, אַז אינעם יאָר 2014 וועט מען צעטיילן די פֿאָנדן, מיט דער הילף פֿון אַדוואָקאַטן, און העלפֿן די עקזיסטירנדיקע פּראָגראַמען צו געפֿינען נײַע שטיץ-קוואַלן.
בערנאַרט האַלט, אַז די צענטראַליזירטע פֿאָנד-סיסטעם איז נישט עפֿעקטיוו. די געשטיצטע קולטור-פּראָגראַמען מוזן נישט אַלע זײַן אונטער דעם זעלבן „דאַך‟. אַדרבה, די פֿונדאַציע האָפֿט צו געפֿינען אָרגאַניזאַציעס, וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט אין קאָנקרעטע קולטור-פּראָיעקטן.
די פֿונדאַציע איז געגרינדעט געוואָרן, כּדי אויפֿצולעבן די ייִדישע קולטור נאָכן חורבן. לעצטנס, האָט זי צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון דער פּרעסע אַ דאַנק איר שטיצע פֿון פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן, אַרײַנגערעכנט דעם „אָסקאַר‟-נאָמינירטן „וואַלס מיט באַשיר‟ און אַנדערע באַקאַנטע פֿילמען; הילף־פּראָגראַמען, וואָס העלפֿן די אוניווערסיטעטן צו פֿאַרברייטערן ייִדישע שטודיעס; סטיפּענדיעס פֿאַר דער ירושלימער „אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע‟ פֿאַר קונסט־לײַט, אַרכיטעקטן און הײַזער־פּלאַנירער; דער לעצטער פּראָיעקט, די מוזיקאַלישע „סאַראַיעווער הגדה‟ פֿון דער באָסניש-געבוירענער אַקאָרדעאָניסטקע מערימאַ קליוטשאָ, וועט זיך עפֿענען אינעם יאָר 2014.
דער פֿינאַנציעלן מצבֿ פֿון „FJC‟ איז גענוג סטאַביל. לויט די שטײַער־דאָקומענטן, האָט זי אַ קאַפּיטאַל פֿון מער ווי 4.2 מיליאָן דאָלאַר. אין די לעצטע יאָרן, האָט זי אָבער באַקומען ווייניקער געלט. בײַם אָנהייב פֿונעם יאָר 2013, האָבן אין דער אָרגאַניזאַציע געאַרבעט צען באַאַמטע; איצט — בלויז זעקס.
דזשאָ בערקאָווסקי, אַ וואָרטזאָגער פֿון די „ייִדישע פֿעדעראַציעס אין צפֿון־אַמעריקע‟, האָט דערקלערט, אַז די שטיץ-שניטן האָבן צו טאָן מיט די אַלגעמיינע עקאָנאָמישע שוועריקייטן, ווי אויך מיט דעם פֿאַקט, אַז די שטיצער פֿאָקוסירן איצט מער זייער אויפֿמערק איצט מער אויף די אָרגאַניזאַציעס, וואָס העלפֿן ייִדישע משפּחות צו דערציִען זייערע קינדער. הגם די ייִדישע קולטור-פּראָיעקטן קאָן מען אַרײַנפּאַסן אין די ראַמען פֿון בילדונג־סטראַטעגיעס, ווערן זיי נישט באַטראַכט ווי ענינים פֿונעם העכסטן פּריאָריטעט.
בערנאַרט און אַנדערע פֿירער פֿון „FJC‟ האָט באַטאָנט, אַז זייער פֿונדאַציע באַקומט נאָך אַלץ אַ שטאַרקע שטיצע, בפֿרט וואָס שייך די אָרטיקע פּראָגראַמען. די פּרעזידענטין האָט באַמערקט, אַז איר גרופּע האָט אינספּירירט אַ סך קולטור-פּראָיעקטן אין פֿאַרשיידענע ערטער. פֿונדעסטוועגן, האָט זי צוגעגעבן, אַז דווקא צוליב דעם איז געוואָרן שווערער צו זאַמלען דאָס געלט אויף אַ צענטראַליזירטן אופֿן.
אַלען גרינבערג, דער מיטפֿאָרזיצער פֿון „FJC‟, האָט געזאָגט, אַז די פֿונדאַציע פֿאַרמאַכט זיך „אויף אַ הויכער נאָטע‟, דווקא צוליב דער הצלחה פֿון אירע פּראָגראַמען. אַ צאָל קולטור־פֿראָגראַמען, וועלכע האָבן, לויט בערנאַרטן און גרינבערגן, געגרינדעט געוואָרן מיט דער הילף פֿון זייער אָרגאַניזאַציע, האָבן איצט געפֿונען אומאָפּהענגיקע שטיצער; עס באַקומט זיך, אַז „FJC‟ האָט אויסגעפֿילט איר ראָלע. בערנאַרד האָט אָבער צוגעגעבן, אַז אָן „FJC‟ וועט זיך אויף דער ייִדישע קולטור־סצענע שאַפֿן אַ געוויסער „לאָך‟ — האָפֿנטלעך, נישט צו אַ גרויסער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.