ווען אײַלין איז געווען בלויז 16 יאָר אַלט, האָט איר בחור, „טאָם‟ (נישט זײַן אמתער נאָמען), אָפֿט גערעדט וועגן אַ צווייטן מיידל, בעטי. אײַלין האָט קוים געקענט בעטי, אָבער וואָס מער ער האָט וועגן איר גערעדט, אַלץ מער האָט אײַלין געהאַט פֿאַראיבל אויף איר. דרײַ יאָר לאַנג האָט זי דאָס מיידל ממש פֿײַנט געהאַט.
איין מאָל, בעת אײַלין איז געגאַנגען אויף אַ ראַנדקע מיט אַ נײַעם חבֿר, טערי — וועלכער איז שפּעטער געוואָרן איר חתן — האָט ער איר געזאָגט, ווי גליקלעך ער איז, וואָס ער האָט זי פֿאַרבעטן. „בעטי האָט מיר טאַקע געזאָגט, וואָס פֿאַר אַ וואַרעמער, שפּרודלדיקער מענטש דו ביסט,‟ האָט ער געזאָגט.
זײַנע ווערטער האָבן בײַ אײַלין אַרויסגערופֿן אַ מאָדנע געמיש פֿון עמאָציעס: שולדגעפֿיל, איבערראַשונג און דאַנקבאַרקייט, און זי האָט באַשלאָסן, אַז זי מוז זאָגן בעטי דעם אמת. „איך האָב איר אָנגעקלונגען און זיך מתוודה געווען: ׳טערי האָט מיר דערציילט די שיינע זאַכן, וואָס דו האָסט געזאָגט וועגן מיר, און דערפֿאַר פֿיל איך זיך זייער שלעכט, ווײַל יאָרן לאַנג וואָס איך בין אַרויסגעגאַנגען מיט ׳טאָם׳, האָט ער געהאַלטן אין איין רעדן וועגן דיר, און צוליב דעם האָב איך געטראָגן אַ האַרץ קעגן דיר.‟
בעטי איז געווען שאָקירט, אָבער האָט מיך באַדאַנקט פֿאַר מײַן אָפֿנהאַרציקייט, און ווי אַ פּועל־יוצא, זענען מיר פֿאַרבליבן גוטע פֿרײַנד ביזן הײַנטיקן טאָג — 29 יאָר לאַנג.
ס׳איז תּמיד שווער צו בעטן מחילה, אָבער ווען דער אייבערשטער פֿאָדערט בײַ אונדז אין די ימים־נראָוים זיך צו אַנטשולדיקן פֿאַר אונדזערע פֿרײַנד און קרובֿים, איז עס גלײַך ווי אַ פּסיכאָטעראַפּעפֿט וואָלט אונדז געזאָגט: „טו זיך אָן אַ כּוח און זאָג אים ׳זײַ מיר מוחל׳; ס׳וועט דיר גרינגער ווערן אויפֿן האַרצן.‟
„איין סיבה פֿאַר וואָס עס קומט מענטשן אָן שווער צו בעטן מחילה, איז ווײַל זיי זענען צו שטאָלץ,‟ האָט דערקלערט דזשעניפֿער טאָמאַס, אַ מיט־מחברטע פֿונעם בוך When Sorry Isn’t Enough: Making Things Right With Those You Love [חרטה האָבן איז נישט גענוג: ווי אַזוי צו מאַכן אַ תּיקון, ווען איר באַעוולט אײַערע ליבסטע מענטשן]. „אויב דער שטאָלץ שטייט אין וועג פֿון אײַער בעטן מחילה, איז גוט צו געדענקען, אַז די מענטשן וואָס רופֿן בײַ אונדז אַרויס דעם גרעסטן דרך־ארץ, זענען די, וועלכע זענען גרייט מודה צו זײַן, אַז זיי זענען נישט פּערפֿעקט.‟
בײַ סוואַן וואָרקמאַן, אַ 33־יאָריקער אייגנטימער פֿון אַ געשעפֿט אין יוטאַ, האָט דאָס בעטן מחילה אים ממש געהיילט דאָס געזונט. „ווי אַ צענערלינג [׳טיניידזשער׳], האָב איך דורכגעמאַכט עטלעכע שווערע יאָרן, און ווען כ׳האָב דערהערט, וויפֿל מע קען פֿאַרדינען בײַ פֿאַרקויפֿן ׳עקסטאַסי׳ [אַ נאַרקאָטיק], האָב איך באַשלאָסן אָנצוהייבן אַזאַ געשעפֿט.‟
קיין געלט צו אינוועסטירן אין דעם האָט וואָרקמאַן נישט געהאַט, האָט ער צוגעגנבֿעט עטלעכע טויזנט דאָלאַר פֿון זײַנע עלטערן. מיט דער צײַט האָט ער זיך אָבער געכאַפּט, אַז ער וויל מער נישט זײַן אַ טייל פֿון דער ברוטאַלער נאַרקאָטיק־וועלט, האָט ער פֿאַרלאָזט דאָס געשעפֿט. דרײַ יאָר לאַנג האָט ער גאָרנישט געזאָגט זײַנע עלטערן וועגן דער גנבֿה. סוף־כּל־סוף, ממש אַ קראַנקער צוליב שולדגעפֿיל, האָט ער פֿאַרבעטן זײַן טאַטן אויף מיטאָג.
„ס׳איז מיר אָנגעקומען זייער שווער אַרויסצוזאָגן די ווערטער, אָבער דערנאָך האָב איך אויסגעבראָכן אין אַ געוויין און כ׳האָב זיך מודה געווען,‟ האָט וואָרקמאַן געזאָגט. דער רעזולטאַט? דער טאַטע האָט אים תּיכּף מוחל געווען. „זינט דעמאָלט אָן בין איך אַזוי נאָענט מיט טאַטע־מאַמע, אַז זיי פֿאַרטרויען מיר געוויסע זאַכן נאָך מער ווי מײַנע שוועסטער און ברידער,‟ האָט ער געזאָגט.
ווי שווער עס זאָל נישט זײַן, איז איין זאַך קלאָר: דאָס בעטן מחילה קאָן נישט בלויז ווידער עפֿענען לאַנג־פֿאַרהאַקטע פֿענצטער, אָבער אַרײַנלאָזן אויך ווידער די זון…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.