שבת וועט ווערן 40 יאָר זינט ס‘האָט זיך אָנגעהויבן די יום-כּיפּור מלחמה. עס וועט אויך זײַן דער 40סטער יאָרטאָג פֿון דער אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַטיע אין מיטל-מיזרח. הײַנט, ווען אַמעריקע פּרוּווט זיך אַרויסדרייען פֿון דער קאָמפּליצירטער סיטואַציע, וואָס ס‘האָט זיך געשאַפֿן אין דעם ראַיאָן, איז כּדאַי זיצן דערמאָנען די געשיכטע פֿון דער ראָלע, וואָס אַמעריקע האָט געשפּילט אין מיטל-מזרח און ווי זי האָט זיך געביטן במשך פֿון דער צײַט.
מען קען נישט פֿאַרשטיין די אַמעריקאַנער אינטערעסן אין מיטל-מזרח אָן צו געדענקען דעם מצבֿ פֿון וועלט-פּאָליטיק נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. אייראָפּע איז כּמעט אין גאַנצן צעשטערט געוואָרן, און די איינציקע אויבערמאַכטן וואָס זײַנען געבליבן, זײַנען געווען די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער ראַטן-פֿאַרבאַנד. די גרויסע אימפּעריעס, ווי ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער האָבן זיך ביסלעכווײַז אײַנגעבראָכן. צוליב די אימפּערליאַליסטישע אַמביציעס פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט אַמעריקע געמוזט אָננעמען דאָס אַחריות פֿאַר דער זיכערהײט און פֿרײַהײט פֿון די לענדער, וואָס זײַנען נאָך נישט געווען אונטער דער באַדריקונג פֿון קאָמוניזם. צעבינדן אַ מלחמה קעגן ראַטן-פֿאַרבאַנד איז נישט געווען אַ רעאַליסטישע אָפּציע, איז די דיפּלאָמאַטיע געוואָרן אַ וויכטיקע כּלי קעגן די קאָמוניסטן.
אין די 1950ער און 1960ער יאָרן איז עגיפּטן געווען דאָס קולטורעלע און פּאָליטישע האַרץ אין דער אַראַבישער וועלט. ווען פּרעזידענט נאַסער האָט אײַנגענומען די מאַכט אין עגיפּטן, האָט דאָס גורם געווען אַ באַוועגונג פֿון פּאַן-אַראַביזם און סאָציאַליזם איבער גאַנץ מיטל־מיזרח.
אַמעריקע האָט געהאָפֿט זיך צו דערנענטערן צו נאַסערן און צו דערווײַטערן פֿון אים די סאָוועטן. זי האָט געשטיצט עגיפּטן מיט געלט און עקאָנאָמיש, ווי אויך זיך קעגנגעשטעלט אין 1956, אַז ישׂראל, ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך זאָלן זיך אַרײַנרײַסן אין לאַנד. לסוף, האָט פּרעזידענט אײַזנהאָוּווער פֿאַרלוירן עגיפּטן נאָכדעם, ווען ס‘איז געוואָרן קלאָר, אַז די אַמעריקאַנער שטיצע וועט עגיפּטן באַקומען נאָר מיט אַ תּנאַי, אויב קאַיִר וועט זיך אָפּזאָגן פֿון דער הילף מצד דעם ראַטן-פֿאַרבאַנד.
אין די אָנהייב 1970ער איז דער עגיפּטישער פּרעזידענט אַנוואַר סאַדאַט געוואָרן פֿרוסטרירט, הלמאַי די סאָוועטן האָבן פֿאַרלאַנגט צו פֿיל, און געגעבן ווייניק. דעמאָלט האָט ער פֿאַרטריבן די סאָוועטישע דיפּלאָמאַטן פֿון לאַנד און גענומען זיך דערנענטערן צו אַמעריקע. אין 1971 האָט סאַדאַט פּראָקלאַמירט, אַז אויב ישׂראל וועט זיך צוריקציִען צו דער גרינער ליניע, איז עגיפּטן גרייט צו פֿירן אַ דיאַלאָג וועגן אַ שלום-אָפּמאַך. צום באַדויערן, האָט מען זיך דעמאָלט באַצויגן צו זײַן פֿאָרשלאָג נישט ערנסט, ווי אַ קונץ אָפּצונאַרן ישׂראל. אָנשטאָט דעם איז פֿאָרגעקומען די יום-כּיפּור מלחמה.
דאָס מאָל האָט אַמעריקע אײַגעזען אַ געלעגנהייט צו באַגרענעצן די השפּעה פֿונעם ראַטן-פֿאַרבאַנד אין מיטל-מיזרח. אין יאָר 1973 האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט ריטשאַרד ניקסאָן געשיקט דעם מלוכה־סעקרעטאַר הענרי קיסינדזשער אין דעם ראַיאָן, צו פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די אַראַבישע מדינות, און מאַכן אַ סוף צו דער מלחמה. די פֿאַרהאַנדלונגען מיט עגיפּטן האָבן זיך גיך אַנטוויקלט און, אין 1979, איז אויסגערײַפֿט און אונטערגעשריבן געוואָרן דער שלום-אָפּמאַך צווישן ישׂראל און עגיפּטן. די שטיצע פֿון אַמעריקע האָט געהאַט אַזאַ גרויסע ווערט, אַז עגיפּטן איז גרייט געווען צו פֿאַרלײַדן דעם חרם סײַ פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד און סײַ פֿון אַלע אַנדערע אַראַבישע לענדער.
נאָכדעם איז געקומען אַ תּקופֿה פֿון אַ צען יאָר, ווען אַמעריקע איז געווען ווייניקער „אינוועסטירט‟ אין מיטל-מיזרח. אין די 1980ער יאָרן האָט מען נישט אײַנגעזען קיין גרויסע פֿאָרשריטן אינעם שלום-פּראָצעס. נאָך דער אַטאַקע קעגן דעם אַמעריקאַנער מיליטער אין לבֿנון האָט פּרעזידענט ראָנאַלד רייגען זיך אָפּגעטראָגן פֿון דאָרטן, און בלויז אין די 1990ער יאָרן, בעת דער מלחמה מיט איראַק, אין פּערסישן גאָלף, האָט אַמעריקע זיך דערפֿילט גענוג שטאַרק נאָך אַ מאָל צו האָבן אַ שטאַרק וואָרט אין דעם ראַיאָן. די סעריע אָפּמאַכן צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער אין דער תּקופֿה האָבן עס באַשטעטיקט.
פֿון 2001 און די ווײַטערדיקע 12 יאָר — אַ תּקופֿה, וואָס איז פֿריש אין זכּרון, צוליב דער אינוואַזיע אין איראַק און דער מלחמה אין אַפֿגאַניסטאַן, וואָס גייט נאָך אָן ווײַטער; הײַנט שטייט אַמעריקע פֿאַר דער דילעמע — „סיריע‟. אייגנטלעך, נאָך אַ קרײַז פֿון צײַט, איז מען געקומען צו דעם זעלבן מצבֿ, וואָס מ‘איז געווען מיט 40 יאָר צוריק. הײַנט, ווי מיר זעען, האָבן זיך אין מיטל־מיזרח ווידער צונויפֿגעשטויסן די אינטערעסן פֿון צוויי ממשותדיקע מאַכטן: די פֿאַראייניקטע שטאַטן מיט אירע אַליִיִרטע, פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערע זײַט, רוסלאַנד, כינע, איראַן און זייערע אָנהענגער. אַז אַמעריקע באַטראַכט איר צוריקצי פֿון מיטל-מיזרח, איז כּדאַי זיך צו פֿרעגן, ווי אַזוי זעען מיר די צוקונפֿט פֿון דעם ראַיאָן: צי ווילן מיר אַ מיטל-מיזרח אונטער דער השפּעה פֿון אַ מדינה, וואָס גלייבט אין די ליבעראַלע פּרינציפּן פֿון דעמאָקראַטיע, פֿרײַהײט און סעקולאַריזם, אָדער אַ מיטל-מיזרח אונטער דער השפּעה פֿונעם פּוטין־רעזשים און זײַנע חבֿרה?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.