דעם 28סטן אויגוסט, איז אין פֿראַנקרײַך אַרויס אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון די קלאַסישע קינדער־דערציילונגען „Le petit Nicolas‟ — אַ סעריע מעשׂיות וועגן דעם קליינעם ייִנגל מיטן נאָמען ניקאָלאַ. סוף 1950ער יאָרן, ווען די אָריגינעלע פֿראַנצויזישע ווערסיע איז דערשינען, איז דאָס בוך איבערגעזעצט געוואָרן אויף עטלעכע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט דעם מאָדערנעם העברעיִש; איבער 15 מיליאָן עקזעמפּלאַרן זענען בסך־הכּל שוין פֿאַרקויפֿט געוואָרן.
דער מחבר, רענע גאָסיני, אַ באַרימטער פֿראַנצויזישער שרײַבער און רעדאַקטאָר פֿון קאָמיקסן, איז געבוירן געוואָרן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה; זײַנע עלטערן האָבן עמיגרירט פֿון מיזרח־אייראָפּע אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.
דער טאַטע פֿונעם מחבר, שׂימחה גאָסיני, איז געווען אַ זון פֿון אַ וואַרשעווער רבֿ. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה איז ער אָנגעקומען קיין פּאַריז צו שטודירן כעמיע. די מאַמע פֿונעם מחבר, אַנאַ בערעסניאַק, איז אַנטלאָפֿן מיט איר משפּחה פֿונעם אוקראַיִנישן שטעטל כאָדאָרקאָוו אינעם יאָר 1912. אירע וועלטלעכע עלטערן האָבן געגרינדעט דעם „בערעסניאַק־פֿאַרלאַג‟ אין פּאַריז, וועלכער האָט אַרויסגעגעבן צײַטונגען אויף ייִדיש און רוסיש. אַרום דעם יאָר 1930 האָבן אינעם פֿאַרלאַג געאַרבעט אַרום 100 מענטשן. די משפּחה בערעסניאַק איז אויך באַקאַנט מיט דער פּובליקאַציע פֿונעם באַקאַנטן ייִדיש־העברעיִשן ווערטערבוך אין 1939.
רענע גאָסיני (1926—1977) איז געבוירן געוואָרן אין פּאַריז, אָבער אויפֿגעוואַקסן אין בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע, וווּ ער האָט זיך געלערנט אין די פֿראַנצויזישע שולן. אינעם יאָר 1945 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, אָבער נאָך אַ קורצער צײַט אַוועקגעפֿאָרן קיין פֿראַנקרײַך און געדינט דאָרטן אין דער אַרמיי. דערנאָך איז ער אַוועקגעפֿאָרן ווידער קיין ניו־יאָרק און אָנגעשריבן עטלעכע ביכער פֿאַר קינדער. אינעם יאָר 1951, האָט ער זיך אומגעקערט קיין פּאַריז און אָנגעהויבן אַ גלענצנדיקע קאַריערע.
גאָסיני האָט אָנגעשריבן אָדער זיך באַטייליקט אינעם שאַפֿן די פּאָפּולערסטע פֿראַנצויזישע קאָמיקס־ביכער פֿאַר קינדער, אַרײַנגערעכנט „Astérix‟, אַ סעריע קאָמישע מעשׂיות וועגן די אוראַלטע גאַלישע העלדן, וואָס קעמפֿן קעגן דער רוימישער אימפּעריע; „Iznogoud‟, וועגן אַ שלים־מזלדיקן באַגדאַדער וויזיר, וואָס זײַן נאָמען מיינט די ענגלישע פֿראַזע „he’s no good‟ מיט אַ פֿראַנצויזישן אַקצענט; און „Lucky Luke‟, אַ טשיקאַווע פּאַראָדיע אויף דעם קאַובוי־פֿאָלקלאָר פֿונעם אַמעריקאַנער „אַלטן מערבֿ‟.
מיט 36 יאָר צוריק איז גאָסיני געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ-אַטאַק בײַם עלטער פֿון 51 יאָר. נײַע קאָמיסקן און פֿילמען ווערן אָבער ווײַטער געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון זײַנע ווערק.
די ערשטע מעשׂיות וועגן דעם קליינעם ניקאָלאַ, אָנגעשריבן דורך גאָסיני און אילוסטרירט דורך זשאַן־זשאַק סעמפּע, זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין אַ בעלגישן זשורנאַל צווישן 1955 און 1958. ניקאָלאַ איז אַ 8־יאָריקער שילער, וואָס האָט ליב צו טרײַבן קאַטאָוועס. גאָסיני שילדערט אויף אַ הומאָריסטישן אופֿן דעם ייִנגלס טאָג־טעגלעך לעבן און זײַנע באַציִונגען מיט דער משפּחה, שילער, לערער און אַנדערע פּערסאָנאַזשן. די מעשׂיות זענען דערפֿרישנדיק און טשיקאַווע סײַ פֿאַר אַ קליין קינד און סײַ פֿאַר דערוואַקסענע.
זיי זענען באַלד געוואָרן זייער פּאָפּולער אין פֿראַנקרײַך און האָבן זיך כּסדר באַוויזן אין פֿאַרשיידענע פֿראַנצויזישע זשורנאַלן. אין די 1960ער יאָרן, זענען אַרויס 5 ביכער מיט גאָסיניס מעשׂיות וועגן דעם קליינעם ייִנגל; יעדעס בוך באַשטייט פֿון 15־19 דערציילונגען. אין אַ צאָל שפּעטערדיקע אויסגאַבעס פֿונעם „קליינעם ניקאָלאַ‟ זענען אַרײַן מעשׂיות, וואָס זענען נישט געווען פֿריִער פּובליקירט. אין 2009, האָט די פֿראַנצויזישע טעלעוויזיע אָנגעהויבן צו ווײַזן אַ סעריע אַנימאַציע־פֿילמען וועגן דעם „קליינעם ניקאָלאַ‟.
אינעם נײַעם בוך, וואָס הייסט „דער קליינער ניקאָלאַ אויף ייִדיש‟, זענען אַרײַן 8 אויסגעקליבענע גאָסיניס מעשׂיות, באַגלייט מיט סעמפּעס אָריגינעלע אילוסטראַציעס. אַן גאָסיני, דאָס אייניקל פֿונעם מחבר, דערציילט אין אַ קליינעם אַרײַנפֿיר, ווי איר באָבע פֿלעגט זינגען דאָס ליד „אַ ייִדישע מאַמע‟. זי באַמערקט, אַז ייִדיש, וואָס האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין איר משפּחה, איז דווקא אַ „מאַמע־לשון‟ — אַ שפּראַך, וואָס ווערט אַסאָציִיִרט מיט דער האַרציקער באַציִונג צווישן מאַמעס און קינדער.
אין דעם זין, קאָן מען זאָגן, אַז „דער קליינער ניקאָלאַ‟ איז זייער אַ ייִדישלעך בוך, הגם אַלע מעשׂיות זענען בפֿירוש אוניווערסאַלע און שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מוסטער פֿון דער ריין־וועלטלעכער פֿראַנצויזישער קולטור. מיט ענלעכע טשיקאַווע קינדער־מעשׂיות און לידער, אָפֿט געשאַפֿן אויך דורך ייִדישע מחברים, זענען אויפֿגעוואַקסן דרײַ דורות קינדער אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. ניקאָלאַ איז סתּם אַ קינד, אָן קיין קאָנקרעטן עטנישן צי רעליגיעזן כאַראַקטער, און פֿאָרט קאָן מען אים גרינג פֿאָרשטעלן ווי אַ פּערסאָנאַזש פֿון שלום־עליכמען אָדער פֿון שיקע דריזס לידער.
געוויסע מענטשן האָבן שוין געפּרוּווט צו געפֿינען סימנים פֿון ייִדישקייט אין גאָסיניס ווערק, האָבנדיק אין זין, אַז דער מחבר האָט פֿאַרבראַכט זײַן לעצטע זומער־וואַקאַציע אין ארץ־ישׂראל. ס׳איז שווער צו געפֿינען וועלכע־ניט־איז בפֿירוש ייִדישע טעמעס אין די מעשׂיות וועגן דעם „קליינעם ניקאָלאַ‟, וווּ גאָסיני באַשרײַבט אינגאַנצן אַ וועלטלעכן לעבנס־שטייגער פֿון אַ דורכשניטלעך פֿראַנצויזיש קינד.
געוויסע מענטשן האָבן זיך אָבער דערטראַכט צו ממש ווילדע פּירושים פֿון „Astérix‟, גאָסיניס פּאָפּולערסט ווערק, וואָס איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף מער ווי 100 שפּראַכן; 325 מיליאָן עקזעמפּלאַרן זענען מיט גרויס דערפֿאָלג פֿאַרקויפֿט געוואָרן איבער דער וועלט. אויף דער אינטערנעץ האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַן אויסטערלישע אינטערפּרעטאַציע פֿון דער דאָזיקער קאָמיקס־סעריע, לויט וועלכער דער הויפּט־העלד, אַסטעריקס, איז „100 פּראָצענט אַ ייִד‟, ווײַל זײַן נאָמען מיינט „אַ שטערן‟ — אַ מגן־דוד; זײַן חבֿר, אָבעליקס, צוליב אומקלאָרע סיבות, איז דער תּנ״כישער אוראַלטער מצרים; די קעלטישע כּישוף־מאַכער זענען די חסידישע רביים; און, אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, איז דער מעכטיקער גאַליש־קעלטישער כּישוף־מיטל אַ רמז אויף דער ישׂראלדיקער אַטאָם־באָמבע.
דאַנקען גאָט, וואָס די מחברים פֿונעם ייִדישן „קליינעם ניקאָלאַ‟ האָבן זיך רעאַליסטיש באַצויגן צו גאָסיניס שײַכות צו ייִדישקייט. די איבערזעצונג פֿון שרון בר-כּוכבֿא און זשיל ראָזיע קלינגט גאַנץ נאַטירלעך. מע וואָלט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז דאָס בוך איז געווען מלכתּחילה אָנגעשריבן דורך די פּאַריזער ייִדישיסטן. עס איז פּובליקירט געוואָרן אינעם פֿאַרלאַג „Imav‟, וואָס דערקלערט, אַז ייִדיש איז איינע פֿון די שפּראַכן פֿון פֿראַנקרײַך און לייגט פֿאָר אויך אַן איבערזעצונג פֿונעם „קליינעם ניקאָלאַ‟ אויף קאָרסיקאַניש; אין אָקטאָבער פּלאַנירט דער פֿאַרלאַג אַרויסצוגעבן אַן איבערזעצונג אויף אַ מאַגריבער דיאַלעקט פֿון אַראַביש.
פֿראַנקרײַך איז אַ לאַנד, וווּ די קאָנצעפּציע פֿון איין צענטראַליזירטער נאַציאָנאַלער שפּראַך שפּילט זייער אַ גרויסע ראָלע אין דער פּאָליטיק און אינעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. פֿונדעסטוועגן, האָט די פֿראַנצויזישע רעגירונג פֿאַררעכנט ייִדיש, אינעם יאָר 1999, ווי איינע פֿון די 75 שפּראַכן אינעם לאַנד, צוזאַמען מיט ברעטאָניש און קאָרסיקאַניש. אין עלזאַס, אַ מיזרחדיקער ראַיאָן פֿון פֿראַנקרײַך בײַ דער דײַטשישער און שווייצאַרישער גרענעץ, וווּ עס וווינען אַ סך ייִדן, קענען נאָך אַ קליינע צאָל מענטשן דעם אוניקאַלן עלזאַסער דיאַלעקט פֿון ייִדיש. פּאַריז, וווּ עס וווינט אַ גאַנצע ריי ייִדישע קונסט־לײַט, שרײַבער, פֿאָרשער און שפּראַך־לערער, בלײַבט איינער פֿון די גרעסטע קולטור־צענטערס פֿון ייִדיש אויף דער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.