בעת די רוסישע מלוכה אונטער פּוטינס פֿירערשאַפֿט װערט פּאָליטיש אַלץ מער דערװײַטערט פֿון דער מערבֿדיקער װעלט, לעבט די רוסישע פּאָעזיע איבער אַ רענעסאַנס־תּקופֿה, צוליב צװײ פֿאַקטאָרן: פּערזענלעכע מאָבילקײט און אינטערנעץ. הײַנט קאָנען רוסישע דיכטער װױנען אין אױסטראַליע אָדער פּאָרטוגאַל, אָבער אַ דאַנק דער אינטערנעץ–קאָמוניקאַציע װערן זײערע לידער תּיכּף באַקאַנט איבער די ברײטע שתּחים פֿון דער װירטועלער װעלט. ס׳רובֿ לידער װערן הײַנט מער ניט געדרוקט אױף פּאַפּיר, אָבער דאָס שטערט ניט צו באַקומען אַקטיװע לײענערישע און קריטישע אָפּרופֿן.
און דאָך, זענען די דיכטער גופֿא נישט מער װי מענטשן, מיט זײערע אײגענע פּריװאַטע לעבנס–אומשטאַנדן און ביאָגראַפֿיעס. פֿון אָט דעם דאָזיקן לעבנס־שטאָף איז אױסגעװאַקסן דאָס זאַמלבוך מיטן נאָמען „פּריװאַטע פּערזאָנען‟. די מאָסקװער שרײַבערין לינור גאָראַליק האָט זינט 2006 פֿאַרעפֿנטלעכט אירע שמועסן מיט די רוסישע דיכטער אינעם אינטערנעץ־זשורנאַל „די לופֿט‟, און איצט האָט זי זײ אַרױסגעגעבן אין בוך־פֿאָרעם.
גאָראַליק איז אַ באַקאַנטע פֿיגור אין דער מאָסקװער קולטור־סבֿיבֿה. זי געהערט צו אַ גרופּע ייִדישע אינטעליגענטן, װאָס האָבן געמאַכט עליה אַרום די 1990ער, אָבער עטלעכע יאָר שפּעטער זיך אומגעקערט קײן רוסלאַנד. זינט דעמאָלט שפּילן זײ אַ פּראָמינענטע ראָלע אין קולטורעלן און עפֿנטלעכן לעבן פֿון דער רוסישער הױפּטשטאָט. גאָראַליק פֿירט אַ רובריק װעגן מאָדע אין אײנער פֿון די צװײ װיכטיקסטע רוסישע צײַטונגען. דערבײַ האַלט זי אונטער אַקטיװע פֿאַרבינדונגען מיט ישׂראל. צװישן אַנדערע אַקטיװיטעטן אירע איז גאָראַליק פֿאַרטאָן אינעם פּראָיעקט „אשכּול‟, װאָס באַקענט דעם רוסישן עולם מיט דער הײַנטיקער ישׂראלדיקער קולטור. חוץ דעם האָט זי איבערגעזעצט אױף רוסיש דערצײלונגען פֿונעם פּאָפּולערן העברעיִשן שרײַבער אתגר קרת.
די ייִדישע טעמע איז גאַנץ בולט אין „פּריװאַטע פּערזאָנען‟. גאָראַליק שטעלט פֿראַגעס און לאָזט אירע מיטשמועסער צו רעדן װאָס און װיפֿל זײ װילן, און שפּעטער קאָנען זײ רעדאַגירן זײערע טעקסטן. פֿון זײערע אױטאָביאָגראַפֿישע דערצײלונגען װערט צונױפֿגעשטעלט אַ קאָלעקטיװער היסטאָרישער פּאָרטרעט פֿון דער הײַנטיקער רוסישער דיכטערישער װעלט. די טעמע פֿון עמיגראַציע פֿאַרנעמט אין דער דאָזיקער געשיכטע אַ װיכטיק אָרט. די װעגן קײן אױסלאַנד זײַנען געװען פֿאַרשידענע. למשל, װלאַדימיר גאַנדעלסמאַן איז געפֿאָרן קײן אַמעריקע צו לערנען רוסיש אין אַ קאָלעדזש, און ערשט דאָרט האָט ער באַקומען אַ מעגלעכקײט אַרױסצוגעבן זײַן ערשט בוך; און דערצו האָט ער נאָך יוסף בראָדסקיס טויט געירשנט זײַן קאַץ.
גאָראַליקס העלדן דערצײלן זײערע לעבנס־געשיכטעס פּראָסט און פּשוט. זי איז אַ גוטע צוהערערין, און אין יעדן אינטערװיו היט זי אָפּ די אײגענע אינטאָנאַציע פֿונעם דיכטער. די דיכטער דערמאָנען זיך װעגן װיכטיקע און ניט־װיכטיקע פּרטים פֿון זײער לעבן, װאָס אַזױ אָדער אַנדערש האָבן איבערגעלאָזט שפּורן אין זײערע שאַפֿונגען. צומאָל איז זײער אײגענע דערפֿאַרונג באַהילפֿיק בעסער צו פֿאַרשטײן דעם אַנדערן דיכטער. אלכּסנדר באַראַש, אַ רוסישער דיכטער װאָס האָט זיך אַריבערגעקליבן פֿון מאָסקװע קײן ירושלים, דערצײלט, װי ער האָט איבערגעזעצט אַ ליד פֿונעם העברעיִשן דיכטער מאיר װיזעלטיר, װעלכער שטאַמט פֿון רוסלאַנד: „דאָס איז געװען אַן אינטערעסאַנטע אױפֿגאַבע — אומצוקערן דאָס העברעיִשע ליד צוריק צו דעם באָדן, פֿון װעלכן עס איז אױסגעװאַקסן‟.
בעת אײניקע רוסישע דיכטער האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן רוסלאַנד, כּדי צו האָבן די מעגלעכקייט אַרויסצוגעבן זייערע װערק און מאַכן זײ באַקאַנט פֿאַרן ברײטערן לײענערישן עולם, האָבן זיך אַנדערע דיכטער ניט גערירט פֿון אָרט. דער אָדעסער תּושבֿ באָריס כערסאָנסקי האָט זיך קונה־שם געװען װי אײנער פֿון די פֿײַנסטע רוסישע דיכטער, װען אוקראַיִנע האָט באַקומען אומאָפּהענגיקײט און רוסיש איז אָפֿיציעל געװאָרן אַ פֿרעמדע שפּראַך. כערסאָנסקי איז אײנער פֿון די יחידי־סגולה פֿון דער אַלטער אָדעסער ייִדישער אינטעליגענץ, און אַ היפּשער טײל פֿון זײַן דיכטונג זײַנען לידער װעגן זײַן משפּחה. אַ פּסיכיאַטער, לױט זײַן פֿאַך, האָט ער אַ ספּעציעלן חוש פֿאַר די ניואַנסן פֿון דער מענטשלעכער נשמה. אין זײַן בוך „משפּחה־אַרכיװ‟ האָט ער געזאַמלט און פּאָעטיש באַהאַנדלט פֿראַגמענטן פֿון די זכרונות, װאָס ער האָט געהערט קינדערהײט פֿון זײַנע קרובֿים.
לינור גאָראַליק האַלט אין אײן צוגעבן נײַע אינטערװיוען צו איר זאַמלונג, און אין גיכן האָט זי בדעה אַרױסצוגעבן דעם צװײטן באַנד. דער דאָזיקער פּראָיעקט אירער איז אַ װיכטיקער טײל פֿון דער רוסישער ליטעראַטור־געשיכטע, אָבער אײנצײַטיק איז עס אױך אַ טײל פֿון דער רוסיש־ייִדישער קולטור־געשיכטע. מחברים פֿון ייִדישן אָפּשטאַם זײַנען גאַנץ פּראָמינענט אין דער מאָדערנער רוסישער ליטעראַטור, בפֿרט אין פּאָעזיע. הײַנט לעבן זײ אין פֿאַרשידענע עקן װעלט, און האָבן נאָענטע קאָנטאַקטן מיט אַנדערע שפּראַכן און קוטלורן. פֿון דעם װאַקסט אַרױס אַן אײגנאַרטיקע רוסישע װעלט־ליטעראַטור, אײַנגעװאָרצלט סײַ אין דער רוסישער טראַדיציע, סײַ אין דער ייִדישער דערפֿאַרונג. און כּדי משׂיג צו זײַן און אָפּצושאַצן אַזאַ מין קאָמפּליצירטע דערשײַנונג, דאַרף מען מסתּמא זי באַטראַכטן אי פֿון אינעװײניק, אי אַ ביסל פֿון דער װײַט, װי עס טוט לינור גאָראַליק, אַ רוסישע שרײַבערין פֿון ישׂראל, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין אוקראַיִנע און װױנט אין מאָסקװע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.