ווען מיכאַיִל קיוואָוויטש, אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַמיסט אין שיקאַגע, האָט אימיגרירט קיין אַמעריקע פֿון בעלאַרוס אין 1991, האָט ער געוווּסט, אַז ער האָט קרובֿים דאָ, אָבער ביז דער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער „ישׂראל קאַנטאָר משפּחה־געזעלשאַפֿט‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָט ער נישט געוווּסט וויפֿל, אָדער ווי לאַנג די משפּחה וווינט שוין אין אַמעריקע.
ווען ער האָט דערזען דעם גרויסן שילד פֿון זײַן משפּחה־בוים אויף דער וואַנט אין אַ גרויסן צימער פֿונעם „איזאַבעלאַ פֿרידמאַן ייִדישן קאָנפֿערענץ־צענטער‟ אין קאָנעטיקאָט, איז ער געבליבן געפּלעפֿט. זײַן ערשטער קרובֿ אין אַמעריקע איז שוין געווען דאָ אין יאָר 1778.
„כ׳האָב זיך שיִער נישט צעוויינט,‟ האָט קיוואָוויטש געזאָגט. ער האָט באַצייכנט דעם ווידערטרעף מיט דער צעצווײַגטער משפּחה ווי „איינער פֿון מײַנע בעסטע מאָמענטן אין אַמעריקע‟.
בעת דעם צוזאַמענפֿאָר לכּבֿוד דעם 100סטן יאָר פֿון דער לאַנדסמאַנשאַפֿט, איז קיוואָוויטש נישט געווען דער איינציקער, וואָס איז גערירט געוואָרן. דאַן קאַנטאָר, דער דירעקטאָר פֿון דער ניו־יאָרקער „פּאַרטיי פֿון די אַרבעטנדיקע משפּחות‟, האָט, שפּאַצירנדיק מיט פֿיר יונגע מיטגלידער פֿונעם קאַנטאָר־שבֿט, באַמערקט ווי זעלטן עס איז אין אַמעריקע זיך צו באַקענען מיט אַזוי פֿיל קרובֿים, און נאָך זעלטענער — אַז מע זאָל זיך טאַקע געפֿעלן.
געגרינדעט אין יאָר 1913 דורך ישׂראל אַהרן קאַנטאָר (פֿאַר זײַן אימיגראַציע פֿון מינסק האָט ער געהייסן קאַנטאָראָוויטש), באַשטייט די געזעלשאַפֿט הײַנט פֿון בערך 100 מיטגלידער, וואָס 64 פֿון זיי זענען טאַקע געקומען אויפֿן צוזאַמענפֿאָר. די געזעלשאַפֿט זאָגט, אַז זי איז הײַנט איינע פֿון די עלטסטע און אַקטיווסטע לאַנדסמאַנשאַפֿטן אינעם שטאַט ניו־יאָרק.
די ייִדישע אימיגראַנטן קיין אַמעריקע פֿלעגן שאַפֿן לאַנדסמאַנשאַפֿטן ווי חבֿרה־קדישא־ אָדער וווילפֿאַרזאָרג־געזעלשאַפֿטן. די מיטגלידער זענען אָפֿט געווען פֿון דער זעלבער שטאָט אָדער שטעטל אין אייראָפּע, אָדער פֿון דער זעלבער פּאָליטישער אידעאָלאָגיע. בײַ דער „ישׂראל קאַנטאָר משפּחה־געזעלשאַפֿט‟ איז אַ ביסל אַנדערש: דאָ ווערן די מיטגלידער פֿאַרבונדן צוליב זייער בשותּפֿותדיקער משפּחה־געשיכטע. ס׳רובֿ לאַנדסמאַנשאַפֿטן זענען שוין מער נישט אַקטיוו, אָבער די „קאַנטאָר־געזעלשאַפֿט‟ טרעפֿט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג צוויי מאָל אַ יאָר, און אויף גרעסערע פֿאַרזאַמלונגען — אַלע פֿינף יאָר. איר הויפּט־פֿונקציע איז צו האַלטן אַן אויג אויף דער משפּחה־קרקע אין צוויי בית־עולמס — איינער אין ניו־יאָרק און דער צווייטער אין ניו־דזשערזי.
בעת די ערשטע יאָרן פֿון דער געזעלשאַפֿט, האָט מען געפֿירט דעם פּראָטאָקאָל פֿון די זיצונגען אויף ייִדיש, און יעדער, וועלכער האָט זיך פֿאַרשריבן נאָכן עלטער פֿון 30 יאָר, האָט געדאַרפֿט ווײַזן אַ באַשטעטיקונג פֿון זײַן געזונט־מצבֿ, צו פֿאַרזיכערן, אַז ער שליסט זיך נישט אָן בלויז צוליב די טויט־בענעפֿיטן.
הײַנט קאָסט דאָס מיטגלידערשאַפֿט־געלט 20$ אַ יאָר פֿאַר אַ יחיד, און 40$ פֿאַר אַ משפּחה. איינער פֿון די ייִנגסטע מיטגלידער, די 22־יאָריקע טעס ליבערסאָן, וועלכע איז דערצויגן געוואָרן אין פֿילאַדעלפֿיע און האָט דעם זומער געאַרבעט ווי אַן אויפֿפּאַסערין אין אַ זומער־לאַגער, האָט געזאָגט, אַז זי פֿלעגט אַסאָציִיִרן די געזעלשאַפֿט מיטן עלטערן דור. „איצט האַלט איך אָבער, אַז ס׳איז שיין צו זײַן אַ טייל פֿון אַ קהילה, אויפֿן סמך פֿון אונדזער בשותּפֿותדיקער משפּחה־געשיכטע,‟ האָט זי באַמערקט.
„מײַנע פֿרײַנד פֿאַרשטייען אָבער נישט, פֿאַר וואָס אונדזערע משפּחה־פֿאַרזאַמלונגען אָפּערירן לויט אַ קאָנסטיטוציע און תּקנות,‟ האָט זי צוגעגעבן מיט אַ שמייכל. „זיי מיינען ס׳איז אַ נאַרישקייט צו מוזן באַצאָלן, כּדי צו בלײַבן אַ טייל פֿון דער משפּחה!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.