דער „גוגל‟, די מעכטיקע סיסטעם פֿון אינטערנעץ־אויפֿזוך, איז אַ מאָדנע און מיסטעריעזע חיה. צומאָל געפֿינט זי וואָס מע זוכט מיט אַ וווּנדערלעכער פּינקטלעכקייט, און צומאָל פּונקט פֿאַרקערט.
דעם ליובאַוויטשער רבינס שׂיחות און אַנדערע חב״דסקע ספֿרים זענען אָנגעשריבן אויף אַ טיף־לומדישן ייִדיש, וואָס וואָלט געווען כּדאי אויסצופֿאָרשן ווי געהעריק. אַנשטאָט געוויינטלעכע ווערטער, ווי „אויפֿהייבן‟ אָדער „מאַכן‟, טרעפֿן זיך אין די חב״ד־ספֿרים אַזעלכע מליצהדיקע ווערבן, ווי „מעלה זײַן‟ און „עושׂה זײַן‟. אַזעלכע ווערטער ווערן באַנוצט נישט לבֿטלה, נאָר צוליב סטיליסטישע סיבות, אָדער כּדי אונטערצושטרײַכן אַ געוויסן קבלה־ענין, אין קאָנטראַסט מיטן טאָג־טעגלעכן וואָרט. למשל, „מעלה זײַן‟ מיינט אויפֿצוהייבן די נשמה און די ניצוצות־הקדושה אַרום דער וועלט צום אייבערשטן. דער דאָזיקער ווערב טרעפֿט זיך אויך אין דער קלאַסישער ייִדישער ליטעראַטור און איז אַרײַן אין אַלכּסנדר האַרקאַוויס און יצחק ניבאָקסקיס ווערטערביכער.
בקיצור, זוך איך אַ טעקסט, וואָס אַנטהאַלט דעם דערמאָנטן ווערב: „מעלה זײַן‟. דער „גוגל‟ געפֿינט טאַקע אַ צאָל ליובאַוויטשער און אַנדערע ספֿרים, ווי אויך שלום אַשס דראַמעס און אַנדערע ליטעראַרישע ווערק צווישן אַ גאַנצן ים ישׂראלדיקע פּאָרנאָגראַפֿישע וועבזײַטן. ווי אַזוי קומען זיי אַרײַן אינעם געמיש? ניט שוין זשע האָבן די ישׂראלדיקע זונות אויסגעלערנט ייִדיש?
גאָר אין גיכן, האָב איך פֿאַרשטאַנען די נאַרישע לאָגיק פֿון דער זוך־מאַשין. פֿאַר אַ סך מענטשן, וואָס רעדן אויפֿן מאָדערנעם העברעיִש, מיינט דאָס וואָרט „זיין‟ גאָר עפּעס אַנדערש. דער „גוגל‟ האָט באַשלאָסן מיך איבערקליגן און אַרויסגעוואָרפֿן דעם „איבעריקן‟ ייִדישן פּתח.
דערנאָך האָב איך באַשלאָסן דורכצופֿירן אַן עקספּערימענט און אַרײַנגעשריבן אינעם „גוגל‟ סתּם „Yiddish‟, אָן קיין אַנדערע צוגאָב־ווערטער. די מאַשין האָט מיר גלײַך געוויזן אַ חידושדיקע קאָמבינאַציע פֿון אילוסטראַציעס: אַ ייִדישער אַלף־בית; אַ זײַט פֿון אליהו בחורס ספֿר „שמות דבֿרים‟; אַן אויסצוג פֿונעם קריסטלעכן „נײַעם טעסטאַמענט‟ אָדער „ברית חדשה‟; און שלום בערגערס בוך „די קאַץ דער פּאַיאַץ‟ — די ייִדישע איבערזעצונג פֿון „The Cat in the Hat‟. אינעם צענטער, צווישן „שמות דבֿרים‟ און דער קריסטלעכער עוואַנגעליע, האָט דער „גוגל‟ אַרײַנגעשטעלט אַ בילד פֿון סאַטמאַרער חדר־ייִנגלעך.
דער באַרימטער ייִדישער פּאָעט און רבֿ אליהו בחור (לעוויטאַ) האָט אין זײַן פֿיר־שפּראַכיק ווערטערבוך „שמות דבֿרים‟ אָפּגעטײַטשט אַלט־ייִדישע ווערטער אויף לשון־קודש, לאַטײַן און דײַטש; ער האָט געשאַפֿן דאָס דאָזיקע ווערק צוזאַמען מיטן קריסטלעכן חכם פּאַול פֿאַגיוס און אַרויסגעגעבן עס אינעם יאָר 1542.
די אַנדערע „גוגלס‟ מציאה, אַ זײַט פֿון דער „בשׂורה לויט יוחנן‟ — איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ בפֿירוש קריסטלעך ווערק. אויף דער מיסיאָנערישער וועבזײַט, וווּ די זײַט איז פּובליקירט, שטייט געשריבן, אַז די ערשטע „גאַנצע ביבל‟ אויף ייִדיש איז געדרוקט געוואָרן אינעם יאָר 1821. די מיסיאָנערן האָבן, ווײַזט אויס, נישט געוווּסט, אַז בײַ ייִדן הייסט „אַ גאַנצע ביבל‟ די 24 ספֿרים פֿונעם תּנ״ך, און נישט די קריסטלעכע טעקסטן.
אין דער אמתן, האָבן די קריסטן געפּרוּווט איבערצוטײַטשן זייער ביבל אויף ייִדיש נאָך אינעם 16טן יאָרהונדערט. די קראָקער ווערסיע פֿונעם יאָר 1540 איז שוין געווען כּמעט אַ גאַנצע. די דערמאָנטע ביבל פֿונעם יאָר 1821, איבערגעזעצט דורכן פּוילישן משומד בנימין־נחמיה סאָלאָמאָן, איז געווען די ערשטע ווערסיע פֿונעם „נײַעם טעסטאַמענט‟, אָנגעשריבן אויף אַ פֿאַרשטענדלעכן, הגם היפּש דײַטשמערישן, מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדיש. דער שפּעטערדיקער וואַריאַנט, וואָס דער „גוגל‟ האָט ציטירט, קלינגט שוין גאַנץ נאַטירלעך.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז דעם „גוגלס‟ אויסקלײַב פֿון אילוסטראַציעס וועגן ייִדיש און ייִדישע אויסדרוקן גאַנץ באַלערנדיק. צווישן אַלע ייִדישע לשונות פֿאַרנעמט ייִדיש אַן אוניקאַל אָרט, ווי אַ גאַנץ אָריגינעלע שפּראַך מיט אַ ריזיקער קולטורעלער און ליטעראַרישער טראַדיציע. אַזעלכע העברעיִשע קלאַסיקער, ווי חיים־נחמן ביאַליק און שמואל־יוסף עגנון, זענען געווען ייִדיש־רעדער, וועלכע האָבן געפּרוּווט איבערצופֿלאַנצן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע קולטור אויפֿן באָדן פֿון „עבֿרית חדשה‟. אָן דער היסטאָרישער פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש, הינקט דער מאָדערנער העברעיִש אונטער. דער שאַרפֿער חילוק אינעם באַדײַט פֿון דער פֿראַזע „מעלה זײַן‟ אויף ייִדיש און עבֿרית איז טאַקע סימבאָליש.
אינעם יאָר 2010 האָט דן שפּירא, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון „בר־אילן‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערעסאַנטן פֿאָרש־אַרטיקל, וווּ ער דערקלערט, אַז ייִדיש איז בעצם אַ מיזרחדיקע שפּראַך פֿונעם זעלבן סאָרט, ווי פּערסיש אָדער אַזערבײַדזשאַניש, וווּ אַ גרויסער טייל פֿון דער אַראַבישער גראַמאַטיק איז געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל, אַ גאַנצע סובסיסטעם. די מאָדערנע פּערסישע לערנביכער ווערן טאַקע באַגלייט מיט קורצע באַשרײַבונגען פֿון אַראַביש. פּונקט אַזוי, באַטאָנט שפּיראָ, קאָן מען נישט פֿאָרשטעלן ייִדיש אָן דעם אינטעגרירטן לשון־קודשדיקן טייל.
די טיף־לומדישע חב״דסקע ספֿרים זענען פֿול מיט אַזעלכע אויסדרוקן, ווי „די כּוונה העליונה איז מברר ומעלה זײַן דעם חומר המקום‟. שפּירא האָט גאַנץ ריכטיק באַמערקט, אַז ענלעכע זאַץ־סטרוקטורן, פֿול מיט אַראַבישע אויסדרוקן, זענען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער פּערסישער און טערקישער רעליגיעזער ליטעראַטור. ווי אַ מוסטער, ברענגט אָבער שפּירא אַן אויסצוג פֿון דער „ברית חדשה‟ אויף ייִדיש: „אין יענע טעג קומט יוחנן המטביל, און רופֿט אויס אין דער מדבר פֿון יהודה, אַזוי צו זאָגן: טוט תּשובֿה; וואָרעם דאָס מלכות־השמים האָט זיך דערנענטערט‟.
שפּירא האָט אויסגעקליבן דווקא אַזאַ טעקסט ווי אַ מוסטער, ווײַל אַפֿילו אַ גאַנץ פֿרעמד קריסטלעך בוך קאָן זיך נישט באַגיין אָן זייער ייִדישלעכע עלעמענטן, ווען מע זעצט עס איבער אויף אַ נאַטירלעכן זאַפֿטיקן ייִדיש. אין אַלע אַנדערע ייִדישע שפּראַכן און דיאַלעקטן, דערקלערט ער, דערגרייכט נישט דער סעמיטישער עלעמענט אַזאַ הויכע קאָנצענטראַציע. אין די לאַדינאָ־איבערזעצונגען פֿון דער קריסטלעכער ביבל טרעפֿן זיך אויך גענוג לשון־קודשדיקע און אַראַמישע ווערטער, אָבער אַ סך ווייניקער, ווי אויף ייִדיש.
אינעם יאָר 1876 האָט יהושע־מרדכי ליפֿשיץ אַרויסגעגעבן דאָס ערשטע ייִדיש־רוסישע ווערטערבוך. מיט אַ דור שפּעטער, האָט שלמה פּינחסאָוו, אַ בוכאַרישער רבֿ, געשאַפֿן אַ ווערטערביכל מיטן נאָמען „מילים שישה‟, וווּ די פּערסישע ווערטער ווערן איבערגעטײַטשט אויף אַ צאָל שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט רוסיש און שפּאַניש — אָדער גיכער לאַדינאָ, ווי מע זעט פֿונעם ספּעציפֿישן אַקצענט. הגם לאַדינאָ און דער בוכאַריש־ייִדישער פּערסיש אַנטהאַלטן אוניקאַלע ייִדישע עלעמענטן, זענען זיי ווײַט נישט אַזוי חידושדיק, ווי ייִדיש, פֿונעם לינגוויסטישן און היסטאָרישן שטאַנדפּונקט. בלויז לעצטנס אָבער — ס׳זעט אויס, אונטער דער השפּעה פֿון ייִדיש און צוליב דער דיסטאַנץ פֿונעם אָריגינעלן שפּראַך־תּחום — האָט מען אָנגעהויבן באַטראַכטן בוכאַריש און דזשודעזמאָ אָדער לאַדינאָ ווי באַזונדערע שפּראַכן. להיפּוך, האָט אליה בחור נאָך כּמעט מיט 500 יאָר צוריק קלאָר געוווּסט, אַז זײַן ייִדיש־טײַטש איז אַנדערש ווי דער קריסטלעכער דײַטש.
ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז די זײַט פֿון אליהו בחורס ווערטערבוך ווערט באַגלייט מיטן אונטערשריפֿט „Shemot Devarim‟. אַזאַ טיטל, וואָס איגנאָרירט אינגאַנצן די אַשכּנזישע הבֿרה פֿונעם מחבר, האָט געקאָנט זײַן אַ נאָמען פֿון עפּעס אַ העברעיִש בוך. פֿונדעסטוועגן, האָט דער „גוגל‟ אין דעם פֿאַל גאַנץ ריכטיק אַסאָציִיִרט עס מיט ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.