אַקראָן, אָהײַאָ. — בעת די ימים־נראָוים האָט די לערערין, שׂרה גלינבלאַט, געפֿירט אַ דיסקוסיע מיטן פֿיפֿטן קלאַס וועגן תּשובֿה, אָבער נישט אַלע האָבן זיך צוגעהערט. איין מיידל האָט, פֿאַרחלומט, אַרויסגעקוקט פֿון פֿענצטער, און אַ צווייטע איז געזעסן פֿון הינטן און געצייכנט אַ בילד.
אָבער איין ייִנגל, וועלכער איז געזעסן אין דער ערשטער ריי, מיט אַ שוואַרצע יאַרמלקע אויפֿן קאָפּ, האָט אויסגעזען ממש פֿאַרכאַפּט פֿון דער טעמע.
„פֿאַר וואָס איז וויכטיק צו טראַכטן וועגן דײַנע מעשׂים און וועגן תּשובֿה טאָן, ווען עס דערנענטערט זיך ראש־השנה?‟ האָט גרינבלאַט געפֿרעגט.
דאָס הענטל פֿונעם ייִנגל איז אַרויפֿגעשאָסן. „ווײַל די תּורה, און דער חומש, ווײַזן אונדז ווי צו לעבן אויפֿריכטיק און ווי צו בלײַבן אויפֿן ריכטיקן דרך,‟ האָט ער געענטפֿערט.
דאָס קלינגט אפֿשר ווי אַ טיפּישער טאָג אין אַ ייִדישער טאָגשול, נאָר מיט איין אונטערשייד: דער תּלמיד איז נישט קיין ייִדיש קינד. סעט פּאָופּ איז איינער פֿון 58 נישט־ייִדישע קינדער אין דער „ליפּמאַן־שול‟, די איינציקע ייִדישע טאָגשול אין אַקראָן.
מיט פֿיר יאָר צוריק האָט די שול געהאַלטן בײַם אונטערגיין. בלויז 63 תּלמידים האָבן זיך דאָרט געלערנט, 33 פֿון זיי — ייִדן. אַזוי ווי אַ צאָל אַנדערע ייִדישע טאָגשולן אין די שטעט מיט אַ קליינער ייִדישער באַפֿעלקערונג, האָט „ליפּמאַן‟ שוין יאָרן לאַנג אָנגענומען עטלעכע נישט־ייִדישע קינדער אַ יאָר.
די פֿאַרוואַלטונג פֿון דער 46־יאָריקער שול האָט אָבער דערפֿילט, אַז זיי וועלן נישט קענען ווײַטער אָנגיין, סײַדן מע פֿירט דורך עטלעכע גרינטלעכע ענדערונגען. האָבן זיי אָנגעהויבן מאַכן פּירסום אויך בײַ נישט־ייִדישע משפּחות, און געשאַפֿן צוויי מעגלעכע לערן־פּראָגראַמען, וווּ דער תּלמיד קאָן אויסקלײַבן: איין פּראָגראַם, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט די ייִדישע לימודים, און אַ צווייטע — מיט אַלגעמיינע שטודיעס.
דער רעזולטאַט איז געווען אַ פּאָזיטיווער. עס זענען נישט בלויז צוגעקומען נישט־ייִדישע קינדער, נאָר אויך ייִדישע. הײַיאָר לערנען זיך דאָרט 101 קינדער, וואָס 43 פֿון זיי זענען ייִדן. 65% פֿון די תּלמידים פֿאָלגן דעם ייִדישן קוריקולום, אַרײַנגערעכנט מער ווי צוויי טוץ נישט־ייִדן. אָבער אַפֿילו די קינדער אינעם אַלגעמיינעם קוריקולום לערנען זיך הײַנט אַ ביסל העברעיִש, אַ דאַנק עטלעכע נישט־ייִדישע משפּחות, וועלכע האָבן עס פֿאַרלאַנגט.
„לכתּחילה האָט מען זיך געזאָרגט, אַז די ייִדישע משפּחות וועלן אונדז פֿאַרלאָזן, אויב מיר לאָזן אַרײַן מער נישט־ייִדישע קינדער, אָבער ס׳איז געווען פּונקט פֿאַרקערט,‟ האָט דערקלערט סעם טשעסטנאָט, דער מנהל פֿון דער שול.
„ליפּמאַן‟ איז איינע פֿון מער ווי אַ טוץ שולן אין צפֿון־אַמעריקע, וואָס נעמען אָן קינדער פֿון נישט־ייִדישע משפּחות. געוויינטלעך באַטרעפֿן זיי בלויז 5־10 פּראָצענט פֿון די תּלמידים, אָבער אין געוויסע שולן באַטרעפֿן זיי 50% אָדער נאָך מער.
פֿאַר די שולן, וואָס האַלטן שוין שמאָל, איז דאָס אַרײַנברענגען נישט־ייִדישע קינדער ממש אַ ראַטיר־מיטל, ווײַל דערבײַ קומט אַרײַן אַ נייטיקע הכנסה. אין דער „טוסאָן היברו אַקאַדעמי‟ אין אַריזאָנע, האָבן די 20 נישט־ייִדישע תּלמידים שטאַרק געהאָלפֿן דער שול זיך ווידער צו שטעלן אויף די פֿיס, האָט דערקלערט דער דירעקטאָר, אַרטור יאַוולבערג.
„ערשטנס, קומט איצט אַרײַן אַרום 200,000$ מער אַ יאָר,‟ האָט יאַוולבערג געזאָגט. „און צווייטנס, ווען די ייִדישע משפּחות זעען, אַז עס קומען צו נײַע תּלמידים, זענען זיי מער פֿאַראינטערעסירט אינעם שיקן זייערע קינדער אַהין, ווײַל אַזוי וועלן זייערע קינדער קענען האָבן מער פֿרײַנד.‟ מיט אַנדערע ווערטער — די ייִדישע משפּחות ווילן גיכער אַ גרעסערע שול, זאָל זײַן אַפֿילו מיט נישט־ייִדישע קינדער, איידער אַ שול מיט ווייניק קינדער.
אין ניו־אָרלינס האָט דאָס אַרײַנברענגען נישט־ייִדישע קינדער מיט פֿיר יאָר צוריק אָבער געהאַט אַ פֿאַרקערטן עפֿעקט: פֿריִער האָבן זיך דאָרט געלערנט 50 ייִדישע קינדער; איצט זענען פֿאַרבליבן בלויז 15. בסך־הכּל, לערנען זיך דאָרט איצט בלויז 29 קינדער.
די „תּחיה טאָגשול‟ אין על סעריטאָ, קאַליפֿאָרניע, האָט תּמיד געהאַט נישט־ייִדישע תּלמידים, זינט איר גרינדונג אין 1979. בערך 5% פֿון די 250 קינדער זענען נישט קיין ייִדישע. דאָ לערנען זיך אָבער אַלע די זעלבע פּראָגראַם. בערך 30% פֿונעם טאָג ווערט געווידמעט די ייִדישע לימודים, דער העברעיִשער שפּראַך אָדער תּפֿילה. עטלעכע משפּחות, וועלכע האָבן הײַיאָר אָרגאַניזירט די סוכּות־סעודה זענען אַפֿילו נישט קיין ייִדן.
„די הויפּט־קשיא איז — וואָס איז בעסער: בכלל נישט קיין ייִדישע טאָגשול, אָדער אַ שול, וואָס לערנט ייִדישקייט, אָבער האָט אויך נישט־ייִדישע תּלמידים?‟ האָט טשעסטנאָט געפֿרעגט. „אין אונדזער שול, איז דער ענטפֿער אַ גרינגער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.