סעמואל בעקעטס ייִדיש

The Yiddish Spirit of Samuel Beckett


פֿון סימי האָרוויץ (Forward)

Published September 17, 2013, issue of October 11, 2013.

מיט 60 יאָר צוריק, האָט סעמועל בעקעט, דער גרויסער אירלענדישער שרײַבער, געשאַפֿן זײַן פּיעסע „וואַרטן אויף גאָדאָ‟. איצט, לכּבֿוד דעם 60־יאָריקן יוביליי פֿון זײַן ווערק, וועט די עקזיסטענציעלע טראַגיקאָמעדיע צום ערשטן מאָל געשפּילט ווערן אויף ייִדיש אינעם ניו־יאָרקער „קאַסטילאָ־טעאַטער‟, פֿונעם 20סטן סעפּטעמבער ביזן 13טן אָקטאָבער. דער טעאַטער געפֿינט זיך אין מאַנהעטן, אויף דער מערבֿ־42סטער גאַס, הויז 543.

דוד מאַנדעלבאַום, דער קונסט־רעסשיסאָר פֿונעם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער”, וואָס שאַפֿן נײַע ייִדישע ספּעקטאַקלען און אַדאַפּטאַציעס פֿון קלאַסישע און מאָדערנע דראַמאַטורגישע ווערק, האָט דערקלערט, אַז ס׳איז אים אײַנגעפֿאַלן צו שטעלן בעקעטס פּיעסע אויף ייִדיש, ווײַל די הײַנטיקער ייִדישע סצענע ווערט אידענטיפֿיצירט מיט מוזיק און פֿאַרווײַל־אונטערנעמונגען. אין אַזאַ מצבֿ, האָט געטענהט מאַנדעלבאַום, קאָן די מעכטיקע טראַדיציע פֿונעם ייִדישן טעאַטער פֿאַרוואַנדלט ווערן אין „אַ טייל פֿון ייִוו״אָ־אַרכיוו‟. דער רעזשיסאָר האָפֿט, אַז זײַן „גאָדאָ‟ וועט דינען ווי אַ הײַנטצײַטיקער מוסטער פֿון אַן ערנסטער טעאַטראַלישער אויפֿפֿירונג, וואָס וועט העלפֿן אונטערצוהאַלטן די ייִדישע רעפּערטואַר־סצענע.

בײַם אָנהייב, האָבן די אויטאָרן זיך געקליבן אַריבערצוטראָגן בעקעטס פּיעסע אין אַ נאָכמלחמהדיקער וועלט, באַוווינט מיט די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, אָבער די יורשים פֿונעם דראַמאַטורג האָבן פֿאַרווערט עס צו טאָן. פֿונדעסטוועגן, פּלאַנירן די אַרטיסטן אויסצונוצן דעם חורבן־סימבאָליזם אויף אַ ווייניקער דירעקטן אופֿן; זייער ייִדיש־רעדנדיקע פּערסאָנאַזשן וועלן דערמאָנען דאָס אַש פֿון מיליאָנען טויטע.

מאַנדעלבאַום האָט באַמערקט, אַז בעקעט האָט אָנגעשריבן זײַן פּיעסע אין די יאָרן 1947—1948, אויפֿן סמך פֿונעם היסטאָרישן קאָנטעקסט פֿון די פֿריִערדיקע צען יאָר. נישט געקוקט אויפֿן קאַטאַקליזמישן ייִאוש־לאַנדשאַפֿט, איז די פּיעסע אויך זייער אַ פֿאַרכאַפֿנדיקע און טשיקאַווע. מאַנדעלבאַום, וועלכער וועט שפּילן די ראָלע פֿון עסטאַגאָן, גלייבט, אַז די ייִדישע שפּראַך און ייִדישע זשעסטן וועלן העלפֿן דעם עולם צו פֿאַרשטיין בעסער בעקעטס געדאַנקען. אַדרבה, די ייִדישע ווערסיע וועט האָבן בפֿירוש אַן אוניווערסאַלן טעם; ס׳איז נישט צופֿעליק, וואָס די ראָלע פֿונעם „ייִנגל‟ וועט שפּילן ניקאָלאַס דזשענקינס — אַ יונגער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אַקטיאָר, וועלכער האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש. ס׳איז אויך נישט קיין צופֿאַל, וואָס דער מיטשאַפֿער פֿונעם נײַעם ספּעקטאַקל און מאַנדעלבאַומס נענטסטער שותּף איז דווקא דער „קאַמילאָ־טעאַטער‟, באַקאַנט מיט זײַן מולטיקולטורערע און אַפֿראָ־אַמעריקאַנער שאַפֿונגען.

דער רעזשיסאָר האָט צוגעגעבן, איראָניש, אַז די עיקר־שטיצע פֿאַר זײַן פּראָיעקט קומט נישט פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. דײַאַן סטײַלז, די פֿאַרוואַלטונג־דירעקטאָרין פֿונעם „קאַסטילאָ־טעאַטער”, האָט געזאָגט, אַז איר בינע, וואָס שטעלט אַ טראָפּ אויפֿן סינטעז פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן און קולטורן, איז באַזונדערס צוגעפּאַסט צו אַזאַ אויפֿפֿירונג, ווי „גאָדאָ” אויף ייִדיש.

שיין בייקער, דער באַקאַנטער ייִדישער אַקטיאָר און טעאַטער־טוער, געבוירן אין אַ נישט־ייִדישער עפּיסקאָפּאַלישער משפּחה פֿון קענזאַס־סיטי, וועט שפּילן די ראָלע פֿון וולאַדימיר — אַ פֿילאָסאָף, וואָס טרעט אַרויס מיט אין־סופֿיקע טענות וועגן זײַן אומבאַקוועמען הוט. שיין האָט איבערגעזעצט די פּיעסע אויף ייִדיש. נישט געקוקט אויף אַ ריי שוועריקייטן, גלייבט ער, אַז די ייִדישע איבערזעצונג רעזאָנירט וווּנדערלעך גוט מיטן אַוואַנגאַרדישן גײַסט פֿון בעקעטס ווערק. „אין ייִדיש הערשט די אַטמאָספֿער פֿון וואָדעוויל־שטיק און, מימאַמאָל, רעטענישפֿולקייט‟.

משה יאַסור, דער הויפּט־רעזשיסאָר פֿונעם ספּעקטאַקל, אַ רומעניש־געבוירענער ייִד, וועלכער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן, האָט באַמערקט, אַז ס׳איז פֿאַראַן כּמעט אַ מיסטישע פֿאַרבינדונג צווישן בעקעטס פּערסאָנאַזשן און דעם גורל פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, וואָס איז אַכזריותדיק אָפּגעריסן געוואָרן פֿון מיזרח־אייראָפּע און שיִעור נישט פֿאַרניכטעט געוואָרן אינגאַנצן. דער אַקטיאָר אַבֿי האָפֿמאַן, וואָס וועט אויספֿירן די ראָלע פֿונעם כאַמעוואַטע גרוביאַן פּאָזאָ, האָט צוגעגעבן, אַז דער ייִדישער טעאַטער איז אַ נאַטירלעכע סבֿיבֿה פֿאַר טראַגיקאָמישע סצענעס. רפֿאל גאָלדוואַסער וועט שפּילן די ראָלע פֿון לאָקי, פּאָזאָס קנעכט.

האָפֿמאַן האָט צוגעגעבן, אַז הגם „גאָדאָ‟ איז שוין איבערגעזעצט געוואָרן אויף העברעיִש, פֿעלט אין דער העברעיִשער ווערסיע דער ייִדישער טעם, וואָס פּאָרט זיך אַזוי פֿונדאַמענטאַל־גרונטלעך מיט בעקעטס אָריגינאַל. די דראַמאַטורג־פּראָדוסערין פֿונעם ספּעקטאַקל, בעאַטע הײַן בענעט, האָט אויך באַמערקט, אַז אינעם העברעיִשן „גאָדאָ‟ פֿעלט דער ספּעציפֿישער „גלותדיקער‟ עלעמענט פֿון אומזיכערקייט און נע־ונד.

גאָלדוואַסער האָט דערקלערט, אַז העברעיִש איז אַ מלוכישע שפּראַך, און ייִדיש איז אַ שפּראַך פֿון אייביקע פֿראַגעס, וואָס האָט נישט קיין פּאָליטישן כּוח. בייקער האָט דערציילט, אַז אין אַ טייל פֿאַלן האָבן בעקעטס יורשים מסכּים געווען מיט די אָפּווײַכונגען פֿונעם ענגלישן אָריגינאַל און געזאָגט, אַז די ייִדישע ווערסיע שטימט גאַנץ גוט מיטן ריטעם פֿון דער פּיעסע.

אין פֿאַרגלײַך מיט די גרויסע שפּראַכן מיט מיליאָנען רעדער, איז נישט געווען אַזוי גרינג דורכצופֿירן אַזאַ פּראָיעקט אויף ייִדיש. די שאַפֿער האָבן געשטרעבט צו פֿאַרבעסערן דעם אַקצענט פֿון די אַקטיאָרן, צווישן וועלכע עס זענען דאָ סײַ נאַטירלעכע ייִדיש-רעדער פֿון חסידישע משפּחות, סײַ ייִדישיסטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, וואָס האָבן זיך אַליין אויסגעלערנט די שפּראַך.

„דאָס ווערק איז אַ מין תּיקון‟, האָט געמאָלדן מאַנדעלבאַום. הגם די מענטשן האָבן נאָך נישט גובֿר געווען נאַציאָנאַליזם און געאָפּאָליטישע גרענעצן, דאַרפֿן זיי שטרעבן צו שאַפֿן אַ ברידערלעכע וועלט. „אפֿשר, וועלן מיר זיך נאָך דערוואַרטן אויף גאָדאָ‟.

אַ רעפּעטיציע־סצענע פֿונעם ייִדישן „וואַרטן אויף גאָדאָ”