די ראַדיקאַלע מאַיאָריטעט

The Radical Majority

סירישע דזשיהאַדיסטן אַטאַקירן אַ קורדישע גרופּע, דעם 25סטן אויגוסט 2013
ALICE MARTINS/AFP/GETTY IMAGES
סירישע דזשיהאַדיסטן אַטאַקירן אַ קורדישע גרופּע, דעם 25סטן אויגוסט 2013

פֿון דזשיי דזשיי גאָלדבערג (Forward)

Published September 17, 2013, issue of October 11, 2013.

כּמעט אַ העלפֿט פֿון די אויפֿשטענדלער, וועלכע קעמפֿן אין סיריע זענען דזשיהאַדיסטן, פֿאַרבונדן מיט „אַל־קײַדאַ‟, אָדער עקסטרעמיסטישע איסלאַמיסטן, וועלכע פּריידיקן אַ שטרענגע איסלאַמישע מלוכה, גיט איבער אַ שטודיע, וועלכע דאַרף אָרויסגעלאָזט ווערן במשך פֿון די קומענדיקע טעג. אַ מעלדונג וועגן דער שטודיע איז מאָנטיק פּובליקירט געוואָרן אין דער בריטישער צײַטונג, Daily Telegraph.

לויט דעם באַריכט, געפֿינען זיך איצט 100,000 אויפֿשטענדלער אינעם סירישן אויפֿשטאַנד, צעטיילט אויף בערך טויזנט קלענערע — און צו־מאָל קאָנקורירנדיקע — גרופּעס. אַרום 10,000 פֿון זיי געהערן צו די „מעכטיקע פֿראַקציעס‟ דזשיהאַדיסטן, פֿאַרבונדן מיט „אַל־קײַדאַ‟. די גרופּעס האָפֿן אײַנצופֿירן אַן איסלאַמישע מדינה ווי אַ מוסטער פֿאַר אַלע מוסולמענישע לענדער אינעם מיטעלן מיזרח.

30,000־35,000 פֿון די קעמפֿער זענען האַרטליניקע איסלאַמיסטן, וועלכע האַלטן זיך מיט אַן ענלעכער פֿילאָסאָפֿיע צו די דזשיהאַדיסטן, אָבער זענען פֿאָקוסירט בלויז אויף סיריע, און נישט אויף אַן אינטערנאַציאָנאַלער רעוואָלוציע. דערצו, גיט איבער דער באַריכט, קעמפֿן 30,000 מעסיקע איסלאַמיסטן.

די פֿאַרבליבענע קעמפֿער — צווישן 25,000 און 30,000 — געהערן צו סעקולערע גרופּעס מיט דעמאָקראַטישע אָדער נאַציאָנאַלע אינטערעסן. מיט אַנדערע ווערטער, צווישן 25% און 30% פֿון אַלע אויפֿשטענדלער אין סיריע געהערן צו די גרופּעס, וועלכע זענען באַטראַכט פֿאַר פֿרײַנדלעך צו דער מערבֿ־וועלט, לויט דער בריטישער שטודיע.

דער הויפּט־מחבר פֿון דער שטודיע איז טשאַרלז ליסטער, וועלכער פֿירט אָן מיטן „צענטער פֿון טעראָריזם און אויפֿשטאַנד‟ בײַ IHS Jane‘s, די אָנגעזעענע קאָנסולטיר־גרופּע פֿון דער בריטישער שוץ־אַגענטור. די רעזולטאַטן פֿון דער שטודיע האָט מען באַקומען „אויפֿן סמך פֿון אויסשפּיר־אָפּשאַצונגען און אינטערוויוען מיט די אַקטיוויסטן און מיליטאַנטן‟.

די דאָמינירנדיקע כּוחות אין סיריע הײַנט זענען די צוויי האַרטליניקע פֿראַקציעס — דער „אַל נוסראַ פֿראָנט‟ און „די איסלאַמישע מלוכה אין איראַק‟, וואָס ביידע זענען זיי פֿאַרבונדן מיט „אַל־קײַדאַ‟.

דער באַריכט גיט איבער, אַז ביידע גרופּעס האָבן גלײַכצײַטיק שוין דורכגעפֿירט באַזונדערע קאַמפֿן קעגן די מער מעסיקע אויפֿשטענדלער־גרופּעס, און האָבן אַפֿילו דערהרגעט עטלעכע קאָמאַנדירן פֿון דער „פֿרײַער סירישער אַרמיי‟ — די מערבֿ־געשטיצטע אַליאַנץ. די צוויי גרופּעס האָבן אויך פֿאַרכאַפּט די נאַפֿט־ און גאַז־פּראָדוצירנדיקע אײַנריכטונגען אינעם צפֿון־ראַיאָן, און דערבײַ באַקומען אַ גרעסערן עקאָנאָמישן כּוח, וואָס דערמעגלעכט זיי אויסצוטיילן שפּײַז און קאָנטראָלירן די שולן אין די ראַיאָנען, וואָס די אויפֿשטענדלער האָבן פֿאַרכאַפּט.

די גרויסע ראָלע, געשפּילט פֿון די איסלאַמיסטישע פֿראַקציעס, שטעלט איצט דער מערבֿ־וועלט אין אַ פֿאַרלעגנהייט, וואָס שײך אירע באַציִונגען מיט די אויפֿשטענדלער. פֿון איין זײַט, זאָרגן זיך די מערבֿדיקע פֿירער וועגן העלפֿן יענע גרופּעס, וואָס קאָנען פֿאַרוואַנדלען דאָס לאַנד אין אַ צענטער פֿון „אַל־קײַדאַ‟. פֿון דער אַנדערער זײַט, זאָגט ליסטער, „אויב די מערבֿ־וועלט וועט אויסזען ווי גלײַכגילטיק צו באַזײַטיקן אַסאַד, וועט עס מסתּמא שטופּן די מעסיקע איסלאַמיסטן אַלץ נעענטער צו די עקסטרעמיסטן.‟