שרגא בערג ניפֿטר געוואָרן

Rabbi Philip Berg Dies

הרבֿ שרגא־פֿײַוול (פֿיליפּ) בערג און דער קבלה־צענטער אין לאָס־אַנדזשעלעס
הרבֿ שרגא־פֿײַוול (פֿיליפּ) בערג און דער קבלה־צענטער אין לאָס־אַנדזשעלעס

Published September 18, 2013, issue of October 11, 2013.

דעם 16טן סעפּטעמבער האָט דער „קבלה־צענטער‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס איבערגעגעבן, אַז הרבֿ שרגא־פֿײַוול (פֿיליפּ) בערג, דער גרינדער פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, איז ניפֿטר געוואָרן אינעם עלטער פֿון 86 יאָר; לויט די עפֿנטלעכע מעטריקעס, איז ער אָבער געווען 84 יאָר אַלט. בערגס געזונט־מצבֿ איז געווען שוואַך זינט 2004, ווען ער האָט געליטן פֿון אַן אַפּאָפּלעקסיע.

בערגס חסידים פֿלעגן אים רופֿן פּשוט „דער רבֿ‟. דער צענטער האָט אים געלויבט פֿאַרן פֿאַרשפּרייטן די אוראַלטע ייִדישע חכמת־הקבלה צווישן מיליאָנען מענטשן אַרום דער וועלט, ייִדן און נישט־ייִדן. דער „קבלה־צענטער‟ האָט צוגעגעבן אינעם נעקראָלאָג, אַז „הגם בערג איז אַוועק פֿון דער גשמיותדיקער וועלט, וועט זײַן נשמה ווײַטער משפּיע זײַן אויף די תּלמידים און דינען ווי אַ קוואַל פֿון השׂגות און באַגײַסטערונג‟.

בערגס קריטיקער באַשולדיקן אים אָבער אין פֿאַרוואַנדלען קבלה אין אַ געשעפֿט, וואָס האָט צוגעצויגן אַזעלכע „פּאָפּ־שטערן‟, ווי די זינגערינס בריטני ספּירס און מאָדאַנאַ. אַ סך אָרטאָדאָקסישע ייִדן האָבן געטענהט, אַז דאָס איז נישט אַ פּאַסיקער עולם פֿאַר אַזעלכע עזאָטערישע שטודיעס, ווײַל אין ס׳רובֿ טראַדיציאָנעלע ייִדישע קהילות מעגן בלויז פֿרומע ייִדן לערנען קבלה. אין אַ סך פֿרומע קרײַזן פֿאַרנעמען זיך דערמיט בלויז געוויסע יחידים, תּלמידי־חכמים פֿון איבער 40 יאָר.

דער אַמעריקאַנער קבלה־צענטער איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1965 דורך צוויי רבנים, שרגא־פֿײַוול גרובערגער און יהודה־צבֿי בראַנדווײַן, אַ באַקאַנטער מקובל. נאָך בראַנדווײַנס טויט, האָט גרובערגער, וועלכער האָט געביטן זײַן פֿאַמיליע־נאָמען, פֿאַרברייטערט זײַן טעטיקייט און געגרינדעט אַ צענטער פֿאַר קבלה־שטודיעס אין ניו־יאָרק, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, קערען בערג, וועלכע פֿירט איצט אָן מיט דער אָרגאַניזאַציע, צוזאַמען מיט צוויי זין, יהודה און מיכאל בערג. דער צענטער, מיטן הויפּט־שטאַב אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט הײַנט מער ווי 50 פֿיליאַלן אַרום דער וועלט.

אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון בערגס קינדער, האָט דער קבלה־צענטער באַקומען אַ מער סתּירותדיקע רעפּוטאַציע. מיט אַ יאָר צוריק, האָבן די פֿעדעראַלע דינסטן איבערגענומען די אויספֿאָרשונג בײַ די שטײַער־אינסטאַנצן וועגן מעגלעכע געלט־מאַכינאַציעס פֿון דער אָרגאַניזאַציע, וועלכע ווערט אויך אָפֿט קריטיקירט פֿאַרן פֿאַרקויפֿן צווייפֿלהאַפֿטיקע מיסטישע מיטלען פֿאַר גאָר הויכע פּרײַזן. צום בײַשפּיל, האָט אַ זשורנאַליסט פֿון „BBC‟ איבערגעגעבן, אַז לכל־הפּחות 10 ראַק־קראַנקע האָבן געקויפֿט דאָס „הייליקע וואַסער‟ פֿון בערגס צענטער פֿאַר 400 ענגלישע פֿונט — כּלומשרט, ווי אַ סגולה קעגן דער מחלה.

בערג איז דערצויגן געוואָרן אין אַ פֿרומער משפּחה, אינעם יאָר 1927 אָדער 1929, לויט פֿאַרשיידענע אינפֿאָרמאַציע־קוואַלן. אינעם יאָר 1951 איז ער געוואָרן אַ רבֿ. במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט האָט ער געלערנט קבלה, אויפֿן סמך פֿון דער שיטה, געגרינדעט דורכן באַרימטן מקובל הרבֿ יהודה־לייב אַשלג, וועלכער האָט געהאַלטן, אַז ס׳איז געקומען די צײַט צו פֿאַרשפּרייטן די אוראַלטע ייִדישע עזאָטערישע חכמה אין דער וועלט, און אַז קבלה קאָן דינען ווי אַ פּראַקטיש מיטל צו פֿאַרבעסערן די געזעלשאַפֿט און אַנטוויקלען ברידערלעכע באַציִונגען צווישן מענטשן.

די קריטיקער טענהן, אַז בערג האָט אָנגעהויבן פֿאַרוואַנדלען דעם צענטער, וואָס פֿאַרמאָגט איצט אַ ריזיקן קאַפּיטאַל פֿון הונדערטער מיליאָן דאָלאַר, אין אַ קאָמערציעלער קאָרפּאָראַציע; איצט לערנען זיך אין דער אָרגאַניזאַציע בערך 4 מיליאָן מענטשן. אַזוי צי אַזוי, האָט דער רבֿ געשאַפֿן אַ גאַנצן פֿענאָמען אין דער מאָדערנער אַמעריקאַנער קולטור; צוליב זײַן טעטיקייט, איז קבלה געוואָרן באַקאַנט, אין געוויסע קרײַזן, ווי אַן אוניווערסאַלע גײַסטיקע שיטה. דינסטיק, איז שרגא באַערדיקט געוואָרן אין צפֿת — דער היסטאָרישער צענטער פֿון קבלה אין ארץ־ישׂראל.

אויפֿן סמך פֿון דער ייִט״אַ און אַנדערע קוואַלן