ייִדיש־נײַעס פֿון פּוילן און שוועדן

Yiddish News From Poland and Sweden


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published September 18, 2013, issue of October 11, 2013.

קינדערביכער פֿון קראָקע

פֿון קראָקע זענען אָנגעקומען צוויי נײַע ייִדישע קינדערביכער אין אַ גרויסן לוקסוס־פֿאָרמאַט מיט האַרטע טאָוולען, וואָס מע זעט הײַנט זעלטן אויפֿן ייִדישן ביכערמאַרק.

אין 2010 האָט דער זעלבער קראָקער אַרויסגעבער „די ייִדישע טשאָלנט־געזעלשאַפֿט‟ (//www.czulent.pl) אַרויסגעלאָזט „אַ מעשׂה‟, מיט פֿאַרשיידענע ייִדישע קינדערלידער. איצט זענען אָנגעקומען די נײַסטע דערשינענע ביכער — „מײַן אלף־בית‟ פֿון יהושע קאַמינסקי (1884 — 1958) און „יום־טובֿ לידער‟ מיט דער פּאָעזיע פֿון דער מאָנטרעאַלער איידע מאַזע (1893 — 1962), דעם אַרגענטינער שמואל צעסלער (1904 — 1987) און י. ל. פּרץ. מיטן גאַנצן פּראָיעקט אַרויסצוגעבן די סעריע קינדערביכער פֿירן אָן אַנאַ מאַקוּווקאַ־קוואַפּישיעוויטש און פּיאָטר קוואַפּישיעוויטש.

„מײַן אלף־בית‟ איז צו ערשט געווען געדרוקט אין ניו־יאָרק אין 1927, און איז געווען אַ באַליבט קינדערביכל מיט עטלעכע אויפֿלאַגעס. די דאָזיקע נײַע אויסגאַבע איז אַרויס אין 2012 מיט אילוסטראַציעס פֿון דער קינסטלערין אורשולאַ פּאַלושינסקאַ; די זעלבע אילוסטראַטאָרין פֿון „אַ מעשׂה‟. אונטער יעדער אילוסטראַציע איז פֿאַראַן דער ייִדישער גראַם פֿאַר אַ געוויסן אות און אַ פּוילישע איבערזעצונג פֿון קאַראָלינאַ שימאַניאַק. צום אות „א‟, למשל, האָט קאַמינסקי געגראַמט:

איציק, שפּיציק, פּיפּער־נאָטער,
דרייט דעם עק בײַם שוואַרצן קאָטער.
מאַכט זיך פֿון פּאַפּיר אַ שווערדל,
נעמט דעם שטעקן פֿאַר אַ פֿערדל.

אין „מײַן אַלף־בית‟ האָט דער מחבר מײַסטעריש געשאַפֿן קינדערלידער מיט איבערחזרונגען, אומזיניקע קלאַנגען, אַ שטאַרקן ריטעם, און, דער עיקר, פּאַסיקע קינדערישע פֿאַנטאַזיעס. די פֿיר־שורותדיקע לידלעך זענען גענוג קורץ, אַז קינדער זאָלן זיי לײַכט אויסלערנען אויף אויסנווייניק. אורשולאַ פּאַלושינסקאַס קונסט איז מינימאַל און אויסדריקלעך, און פּאַסט זיך זייער צו צו די טעקסטן.

„יום־טובֿ לידער‟, אַרויס אין 2013, נעמט שוין אַרײַן לידער פֿאַר עלטערע קינדער, בפֿרט מאַזעס לענגערע שאַפֿונגען. יעדעס ליד, סײַ אויף ייִדיש, סײַ אין דער פּוילישער איבערזעצונג פֿון אַנאַ ראָזענפֿעלד, צוזאַמען מיט פּאַלושינסקאַס אילוסטראַציעס, פֿאַרנעמט צוויי גרויסע זײַטן. ניצנדיק די דאָזיקע לידער, וואָלט מען זיכער געקענט אָנהייבן אַ לעקציע, אַ שמועס, מיטן קינד וועגן דעם באַטײַט פֿונעם יום־טובֿ, סײַ דעם טראַדיציאָנעלן אויסטײַטש, סײַ דעם מער הײַנטצײַטיקן. למשל, אין מאַזעס ליד פֿון תּישעה־באָבֿ — „דעם טאָג צו געדענקען‟ — שרײַבט זי וועגן די זעקס מיליאָן און „דעם חורבן דעם גרויסן, פֿון אונדזערע יאָרן‟, און נישט וועגן חורבן בית־המיקדש.

ווידעאָס אויף ייִדיש פֿון שוועדן

אויף דער „נסיעה אין ייִדישלאַנד‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין יולי בײַ דער „אַרבעטער־רינג‟־זומער־קאָלאָניע, האָב איך זיך באַקענט מיט אַ שוועדישן יונגן־מאַן, טאָמאַס וווּדסקי, וועלכער איז אויך דער „פּראָיעקט־סעקרעטאַר‟ בײַ דער ייִדיש־גרופּע אין שטאָקהאָלם. וווּדסקי קען גוט ייִדיש, און האָט מיר דערציילט, אַז אַזוי ווי אין שוועדן איז ייִדיש אָנערקענט געוואָרן ווי אַן אָפֿיציעלע מינאָריטעטן־שפּראַך, באַקומט מען פֿאָנדן צו שאַפֿן ייִדישע פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן ווי ווידעאָס און זשורנאַלן. וועגן דעם אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער קולטור אין שוועדן האָט מען פֿריִער געהאַט געשריבן אין „פֿאָרווערטס‟, אָבער נישט וועגן די ווידעאָס און וווּדסקי האָט מיר געגעבן עטלעכע פּראָגראַמען כּדי צו באַקומען פֿון מיר אַן אָפּשאַצונג.

„דאָס איז בענקט. ער איז אַ האָן‟, אַזוי הייבט זיך אָן דער ווידעאָ „הינערישער הינטן און קויִשע פֿוס‟. אינעם ווידעאָ גייט מען אויף אַ שפּאַציר איבער אַ פֿאַרם, און דער נאַראַטאָר, ישׂראל ראַם, רעדט אין אַ היימישן פּויליש־ייִדישן דיאַלעקט; דערבײַ הערט מען דאָס אַמעריקאַנער „דיסקאָ‟־ליד — We Are Family, ווײַל, ווי עס זעט אויס, וויל די שוועדישע רעגירונג מע זאָל שאַפֿן מאָדערנע פּראָגראַמען, וועלכע הייבן ווייניקער אַרויס די רעליגיעזע אַספּעקטן פֿון דער עטנישער גרופּע. די פּראָגראַם דערציילט וועגן דעם לעבן פֿון הינער, וועגן אייער און ווי אַזוי זיי קומען צום טיש. אינעם עקזעמפּלאַר וואָס איך האָב געזען, זענען נישט געווען קיין שום אונטערקעפּלעך.

אַ צווייטער 9־מינוטיקער ווידעאָ אויף ייִדיש און מיט ייִדישע אונטערקעפּלעך (כאָטש אויף מײַן עקזעמפּלאַר — צעקאַליעטשעטע) ווערט דערציילט וועגן אַ בייזער באַלעבאָסטע פֿון אַ קראָם, וועלכע פֿאָדערט דירה־געלט בײַ אַ ראָבאָט, וואָס האַלט דאָס געשעפֿט. אין אַ מעת־לעת דאַרף דער ראָבאָט מיט זײַן רויטן ראָבאָט־חבֿר געפֿינען אַן אופֿן צו באַצאָלן דער באַלעבאָסטע, און דורך אַ נס געפֿינען זיי אַ וועג. אין דער אַנימאַציע־סעריע „פּינאָ‟, איז פּינאָ אַ מײַזל, וועלכע לעבט אין אַ מײַזל־וועלט. מע רעדט ייִדיש פּאַמעלעך אין דער סעריע און די שפּראַך איז אַ פּשוטע. די ייִדישע אונטערקעפּלעך האָבן שוין דאָ בעסער אויסגעזען.

די פּראָגראַמען האָט מען געשאַפֿן אויף אַן אַנדער לשון, מסתּמא שוועדיש, און זענען סינכראָניזירט געוואָרן אויף ייִדיש. לויט די דאַטעס פֿון זייער שאַפֿונג 2008 ביז 2013 ווערט די קוואַליטעט וואָס אַ מאָל בעסער און איך האָף, אַז מע וועט זיי קענען זען אויף די עפֿנטלעכע קאַנאַלן ווי „יו־טוב‟ אָדער בײַם „פֿאָרווערטס‟. דערווײַל לאָזט די רעגירונג זיי נישט צו פֿאַרשפּרייטן, אָבער מע האָט אונדז געגעבן רשות צו ווײַזן איין מינוט פֿון דער „פּינאָ‟־סעריע.

אַן עפּיזאָד פֿונעם שוועדישן ווידעאָ „פּינאָ בײַם דאָקטער‟