ניט לאַנג צוריק, זאַמלענדיק מאַטעריאַל פֿאַרן אַרטיקל „צוויי ייִדן מיט אַ ליטוואַק‟, האָב איך געהאַט אַ שמועס מיט מײַנעם אַ באַקאַנטן, אַ געבוירענער אין ווילנע. מיר האָבן זיך צערעדט וועגן דעם שרײַבער דניאל טשאַרני. צווישן אונדז איז פֿאָרגעקומען אַזאַ דיאַלאָג:
„איך: די פֿאַמיליע טשאַרני, זעצט זיך איבער אויף ייִדיש ווי ׳שוואַרצער׳‟.
„ער: איך בין ניט זיכער.‟
„איך: טשאַרנעס ברודער האָט גענומען פֿאַר זיך דעם פּסעוודאָנים ׳ניגער׳‟, שמואל ניגער, איז דען דאָס ניט אַ סימן, אַז טשאַרני האָט אַ שײַכות צו שוואַרץ?‟
„ער: מע קאָן ניט וויסן‟.
„איך: דניאל טשאַרני האָט געהאַט נאָך אַ ברודער, וולאַדעק־טשאַרני ברוך־נחמן, וועלכער פֿלעג אונטערשרײַבן זײַנע אַרטיקלען מיטן פּסעוודאָנים ׳שוואַרץ ב.׳‟
„ער: דאָס איז נאָך ניט קיין באַווײַז‟.
נו, וואָס ווילט איר פֿון אים, ער איז דאָך ניט שולדיק. ער איז — אַ ליטוואַק!
די פֿאַמיליע טשאַרני, שטאַמט זיכער פֿון פּוילישן Czarny, שוואַרץ, שוואַרצער. די ברידער טשאַרני: שמואל ניגער, ב. וולאַדעק און דניאל — זענען געווען דרײַ ריזן אין אונדזער ייִדישער קולטור, ייִדישער ליטעראַטור. ווען אַזעלכע פּערזענלעכקייטן וואָלט מען פֿאַרמאָגט אין אַנדערע ליטעראַטורן און קולטורן, רופֿט מען אָן לכּבֿוד זיי גאַסן, געסלעך, ביבליאָטעקן, עפֿנט מען מוזייען… וועגן די דרײַ ברידער איז ניט ווייניק אָנגעשריבן, און איך וויל ברענגען בלויז עטלעכע ציטאַטן.
אָט וואָס ס’האָט געשריבן וועגן שמואל ניגער דער פּאָעט ה. לייוויק: „אַזוינע קריטיקער זײַנען ווייניק פֿאַראַן אין אַלע ליטעראַטורן… אַזאַ אײַנגעלעבטקייט און צוזאַמענגעלעבטקייט מיט אַ נאַציאָנאַלער ליטעראַטור איז זעלטן צו געפֿינען אין די גרעסטע ליטעראַטורן פֿון דער וועלט. ס’איז אויך זעלטן צו געפֿינען אַזאַ השפּעה פֿון אַ קריטיקער אויף אַ ליטעראַטור, ווי ס’איז געווען ש. ניגערס השפּעה אויף דער ייִדישער ליטעראַטור…‟
ווען וולאַדעק איז אין יאָר 1907 געקומען קיין אַמעריקע, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ אָפּגעדרוקט דעם אַרטיקל וועגן אים אונטערן טיטל: „דער יונגער לאַסאַל אין ניו־יאָרק‟. צו וולאַדעקס 50־יאָריקן יוביליי האָט די „פֿאָרווערטס־אַסאָסיעישאָן‟ אַרויסגעגעבן דאָס בוך, „ב. וולאַדעק אין לעבן און שאַפֿן‟. ווען אין יאָר 1938 איז וולאַדעק געשטאָרבן, זענען הונדערטער טויזנטער מענטשן געקומען צו זײַן לוויה. די ייִדישע פּרעסע פֿון דער גאַנצער וועלט און די ענגלישע פּרעסע אין אַמעריקע האָבן געווידמעט לאַנגע אַרטיקלען וועגן זײַן לעבן. דער דיכטער מאַני לייב האָט אָנגעשריבן אַ סאָנעט „ב. וולאַדעק‟:
אין זײַנע ערשטע העלע טעג האָט ער פֿאַרביטן
דאָס וואָרט פֿון לידער אויף דעם שאַרפֿן וואָרט פֿון טאַט;
און מיט דעם וואָרט ווי מיט אַ שווערד האָט ער געשניטן
דעם שׂונא פֿון דעם פֿאָלק דעם האַר און סופּאָסטאַט…
אויך צום 50־יאָריקן יוביליי האָט מען אין ניו־יאָרק אַרויסגעגעבן דאָס „דניאל טשאַרני־בוך‟. מאַרק שאַגאַל, וועלכער האָט בכלל ליב געהאַט די „ליטוואַקעס‟, האָט אין דעם בוך אַן עסיי, „פֿאַרוואָס האָב איך ליב טשאַרנין?‟, וווּ ער שרײַבט: „…איך קלער, אַז טשאַרני איז הײַנט אויף דער וועלט דער איינציקער, ווייכער, שטילער ייִד. האָט רחמנות! זאָל ער בלײַבן אַזאַ זײַן גאַנץ לעבן.‟
אין דעם בוך געפֿינען מיר דניאל טשאַרניס אַ ליד מיט אַזוינע צוויי טשאַרני־שוואַרץ קאָלירן:
פֿופֿציק יאָר מײַנע, ווי פֿופֿציק שוואַרצע שוואָמען
שווימען מיר אַנטקעגן מיט פֿולע שנאָבלען טרויער…
אויך אין מינסקער געגנט, פֿון וואַנעט עס שטאַמען די דרײַ ברידער טשאַרני, אין שטאָט מיר, איז געבוירן געוואָרן דער ייִדישער מאָלער און שרײַבער טשאָרני ג. שפּעטער באַזעצט ער זיך אין וואַרשע. אילוסטרירט די העברעיִשע לערנביכער, דרוקט דערציילונגען און אַרטיקלען אין די דעמאָלטיקע ייִדישע צײַטונגען. ער האָט אויך אַרויסגעגעבן אַ קאָמעדיע „נאָכן שטרײַק‟. ווען ער איז געשטאָרבן, האָט דער פֿאַרלאַג „ביכער פֿאַר אַלע‟ אַרויסגעלאָזט אַ זאַמלונג פֿון זײַנע דערציילונגען „שריפֿטן‟, אין איין באַנד. ער האָט אונטערגעשריבן זײַנע מאַטעריאַלן אין די ייִדישע צײַטונגען מיטן פּסעוודאָנים… „נעגער‟!
דער באַוווּסטער דראַמאַטורג, רעזשיסאָר, אַקטיאָר, דער וואָס האָט געגרינדעט אַ ייִדישן קונסט־טעאַטער אין ניו־יאָרק, מאָריס שוואַרץ, האָט אייניקע פֿון זײַנע געדרוקטע פּיעסעס אונטערגעשריבן מיטן פּסעוודאָנים „טשערנאָוו מ.‟
דער אָריגינעלער נאָמען פֿונעם ייִדיש־ענגלישן דיכטער שלמה שוואַרץ איז… טשאַרני. וועגן דעם פּאָעט האָט געשריבן יעקבֿ גלאַטשטיין: „ער האָט אַ… ליבשאַפֿט צו באַזונדערע ווערטער וואָס ליכטיקן אויף פֿון ווײַטנס און לעשן זיך, ווען מע וויל זיי כאַפּן אויף דער ווענטקע און מאָנען בײַ זיי פֿאַרשטייעכץ‟.
ווען אין 1934 איז דער ייִדישער זשורנאַליסט שמואל שוואַרץ געקומען קיין ישׂראל, האָט ער העברעיִזירט זײַן נאָמען און געוואָרן שחריה שמואל. ער האָט אויך זיך אונטערגעשריבן מיטן פּסעוודאָנים „ש. שחר‟. (שחריה, שחר —שוואַרצער, שוואַרץ). ער איז דער מחבר פֿונעם ביכל „וואָרט אײַן, וואָרט אויס‟.
איצט פֿון אַמעריקע און ישׂראל וועלן מיר זיך איבערפּעקלען קיין רומעניע, וווּ צווישן ביידע וועלט־מלחמות האָט זיך צעבליט די ייִדישע קולטור און ליטעראַטור. דרײַ אָנגעזעענע פּערזענלעכקייטן פֿון דער תּקופֿה זײַנען געווען די ברידער שוואַרץ — שׂמחה, יוליאַן און איציק. נאָר ווײַזט אויס, אַז אַפֿילו פֿאַר גרויס־רומעניע זײַנען דרײַ ייִדיש־קולטור־טוערס מיטן זעלבן נאָמען — שוואַרץ, געווען צו פֿיל. האָט איינער פֿון זיי, איציק, גענומען דעם פּסעוודאָנים „קאַראַ‟. אין די טיורקישע שפּראַכן הייסט „קאַראַ‟, — שוואַרץ.
דער עלטסטער, שׂימחה שוואַרץ, איז געווען אַ טעאַטראַל, אַ דיכטער און אַ סקולפּטאָר. ער האָט זיך געלערנט אין פּאַריז. דאָרט אָרגאַניזירט אַ מאַריאָנעטן־טעאַטער, וועלכער איז געווען זייער באַרימט. מאַרק שאַגאַל האָט פֿאַר איינעם פֿון די ספּעקטאַקלען געמאָלט דעקאָראַציעס. שׂימחה שוואַרץ האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש באָדלערן און ווערלענען, דראַמאַטיזירט מענדעלעס „פֿישקע דער קרומער‟. שפּעטער האָט ער געוווינט אין בוענאָס־אײַרעס. ער איז דער סקולפּטאָר פֿון דעם דענקמאָל, וואָס שטייט אויפֿן ייִדישן בית־עולם אין בוענאָס־אײַרעס „די געפֿאַלענע קעמפֿער אין ישׂראל‟. ניט ווײַט פֿון דעם דענקמאָל געפֿינט זיך שׂימחה שוואַרצס קבֿר.
שוואַרץ יוליאַן (שלום) האָט זיך געדרוקט אין דער ייִדישער פּרעסע פֿון רומעניע, פּוילן, אַמעריקע, פֿראַנקרײַך וכּדומה. אין אַ בוכפֿאָרעם: „ייִדישע פֿאָלקלאָריזירטע לידער‟, „דער פֿאַרכּישופֿטער שרײַבער‟ (איינאַקטער); „ליטעראַרישע דערמאָנונגען‟; „פּאָרטרעטן און עסייען‟. געשטאָרבן איז ער אין בוקאַרעשט.
איציק קאַראַ, דער מיטלסטער ברודער האָט אָפּגעלעבט אַ לאַנג לעבן. געשטאָרבן איז ער אין דער עלטער פֿון עטלעכע און נײַנציק יאָר. ווי אַ פּראָזאַיִקער, ליטעראַטור־קריטיקער און קולטור־היסטאָריקער האָט ער אָנגעשריבן אָן אַ צאָל ווערטיקע אַרטיקלען, עסייען, שטודיעס. אַרויסגעגעבן עטלעכע ביכער וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין רומעניע, און אויך אַ ביכל פּראָזע. ער איז געווען דער שטענדיקער מחבר פֿון „בוקאַרעשטער שריפֿטן‟. מיט איציק קאַראַ בין איך געווען באַקאַנט פּערזענלעך. אַ פּאָר מאָל בין איך געווען בײַ אים אין יאַס. ער איז שוין דעמאָלט אַלט געווען 90 יאָר. פֿון דעסטוועגן, פֿלעג ער גיין גיך, כּמעט לויפֿן קוים וואָס איך פֿלעג אים נאָכיאָגן. טאַקע בײַם לויפֿן איז ער געפֿאַלן, צעבראָכן זיך אַ פֿוס און מער שוין פֿון בעט ניט אויפֿגעשטאַנען…
אין די לעקסיקאָנען פֿון ייִדישע שרײַבערס קאָן מען געפֿינען אַ דרײַ צענדליק שעפֿערס מיט דער פֿאַמיליעס טשאַרני צי שוואַרץ, וועלכע האָבן אַ דאַנק זייער אייגנאַרטיקן טאַלאַנט באַלויכטן אונדזער ייִדישע ליטעראַטור. און זי, די ייִדישע ליטעראַטור, וואָלט געקאָנט זאָגן וועגן זיי דאָס ווערטל: „שוואַרץ‟ איז צום האַרץ…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.