נישט לאַנג צוריק, האָט דער וואַשינגטאָנער „אינסטיטוט פֿאַר חורבן־שטודיעס אויפֿן נאָמען פֿון דוד ווײַמאַן‟, געשאַפֿן אינטעראַקטיווע „זיך־באַוועגנדיקע‟ קאָמיקסן, וואָס דערציילן וועגן דעם חורבן. דער בילדונג־אָפּטייל פֿון דער אַמעריקאַנער באַרימטע ווידעאָ־קאָרפּאָראַציע „וואָלט דיסני‟ פֿאַרקויפֿט זיי אויף אַ „די־ווי־די‟. מע קאָן אויך זען די קאָמיקסן אויף דער־אָ וועבזײַט: //dep.disney.go.com/theyspokeout/
דער אינסטיטוט פּלאַנירט איצט אַרויסצוגעבן אַ גאַנצע סעריע פֿון בילדונג־קאָמיקסן, וואָס שטעלן דעם ציל צו באַקענען דעם אַמעריקאַנער עולם מיט דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן חורבן, ווי אויך וועגן אַנדערע גענאָציד־טראַגעדיעס. אין דער אַרבעט איבער די בילדער־סעריעס באַטייליקט זיך אַ גאַנצער קאָלעקטיוו פֿון באַקאַנטע קינסטלער, שרײַבער און רעדאַקטאָרן. רפֿאל מיידאָף, דער דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט איבערגעגעבן, אַז די גרעסטע מומחים אין דער קאָמיקס־אינדוסטריע, אַרײַנגערעכנט סטען לי, דזשאָ קוועסאַדאַ, האַרלען עליסאָן און אַרט ספּיגעלמאַן, האָבן זיך באַצויגן „גאָר פּאָזיטיוו און ענטוזיאַסטיש‟ צו דעם פּראָיעקט.
מיידאָף האָט דערקלערט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע האָט שוין אויסגעבויט אַ פֿונדאַמענט פֿאַרן פּראָיעקט, אַרײַנגערעכנט רעדאַקטאָרישע קאָמיקס־סעריעס וועגן דעם חורבן פֿאַר גרויסע צײַטונגען. איצט פּלאַנירט מען צו פֿאַרשפּרייטן אַזעלכע מאַטעריאַלן אין דער וועלט פֿון קאָמיקס־אינדוסטריע, צווישן די לערער און אין דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג — סײַ אויף פּאַפּיר, סײַ אין קאָמפּיוטעריזירטע ווערסיעס. דער אינסטיטוט האָט שוין באַהאַנדלט דעם ענין אויף גרויסע קאָמיקס־אונטערנעמונגען, און פּרוּווט איצט איבערצוצײַגן די לערער אײַנצופֿירן די מאַטעריאַלן אין זייערע קלאַסן.
אינעם יאָר 2014, קלײַבט זיך די אָרגאַניזאַציע צו פֿאַרעפֿנטלעכן אַ בוך, אָנגעשריבן בשותּפֿות דורך מיידאָף און קרייג דזשאָ, אַ באַקאַנטער היסטאָריקער פֿון קאָמיקסן, וווּ עס וועלן געזאַמלט ווערן 125 מוסטערן פֿון קאָמיקס־סעריעס, וועלכע זענען געדרוקט געוואָרן אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, דערציילנדיק וועגן דעם מצבֿ פֿון די ייִדן אין אייראָפּע. דאָס בוך, מיטן נאָמען „קאָמיקסן קעגן דעם חורבן‟, וועט זײַן באַגלייט מיט אַ היסטאָרישן קאָמענטאַר און דינען, ווי עס האָפֿן די מחברים, ווי אַ בילדונג־טעקסט פֿאַר די מיטל־שולן. דער דירעקטאָר האָט צוגעגעבן, אַז די היסטאָרישע מאַטעריאַלן וועלן אויך זײַן אינטערעסאַנט פֿאַר דערוואַקסענע לייענער.
מיידאָף האָט באַטאָנט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע קאָמיקסן, וואָס ווערן געשאַפֿן אינעם סטיל פֿון „מאַגישן רעאַליזם‟, וועלן זייערע ווערק אַנטהאַלטן קלאָרע היסטאָרישע ידיעות וועגן דעם חורבן. ער האַלט, אַז אַזאַ צוגאַנג איז נוצלעך, ווען מע וויל באַקענען דעם לייענער מיט אַזאַ ברייטן היסטאָרישן ענין. דזשאָ רובענשטיין, אַ באַקאַנטער און געניטער קאָמיקס־מחבר, וועלכער האָט געשאַפֿן, צוזאַמען מיט מיידאָפֿס אַ קאָמיקס־סעריע פֿאַר דער צײַטונג „לאָס־אַדזשעלעס טײַמס‟ מיטן נאָמען „באַשולדיקן דעם גענאָציד‟, האָט געזאָגט דעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟, אַז די קאָמיקסן זענען, לויט זײַן מיינונג, דאָס בעסטע בילדונג־מיטל, וואָס מאַכן דעם אָביעקט פֿון די לימודים גרינג פֿאַרשטענדלעך פֿאַר יעדן תּלמיד.
עס פֿרעגט זיך אָבער אַ קשיא: צי וועלן די לייענער קלאָר פֿאַרשטיין, אַז זיי לייענען נישט אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה, נאָר אַ דערציילונג וועגן אַ רעאַלער מענטשלעכער טראַגעדיע? מיידאָף גלייבט, אַז אין דער הײַנטיקער וועלט איז עס נישט קיין פּראָבלעם, ווײַל די אַמעריקאַנער האָבן זיך שוין לאַנג צוגעוווינט צו גראַפֿישע ראָמאַנען אויף ערנסטע היסטאָרישע טעמעס. פֿונדעסטוועגן, האָט ער צוגעגעבן, וואָלט געווען בעסער אויסצומײַדן דעם פֿאַרקערטן טעות; עס טרעפֿן זיך קאָמיקס־ביכער, וואָס זעען אויס ערנסט, אָבער שטעלן מיט זיך פֿאָר פֿאַנטאַזיע־מעשׂיות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.