מײַן מאַמעס סאַטמערער מאכלים

My Mother’s Satmar Kitchen


פֿון פֿרימעט גאָלדבערגער (Forward)

Published September 19, 2013, issue of October 11, 2013.

מיט אַ וואָך צוריק, עטלעכע טעג פֿאַר ראש־השנה, האָב איך אַרײַנגערופֿן אין קיך מײַנע צוויי „סאָלדאַטקעלעך‟ — דער 8־יאָריקער שלמהלע, און 6־יאָריקע רחלע — צו באַקן היימישע פּאָטראַוועס. בעת זיי האָבן זיך באַמיט צו פֿאַרוואַנדלען די זשמעניעס חלה־טייג אין הערצעלעך און „נינדזשאַס‟, האָב איך צוגעגרייט דאָס באַליבסטע געבעקס: קאָקאָש.

קאָקאָש איז אַ מיזרח־אייראָפּעיִשער טאָרט, אַזוי ווי אַ באַבקע, געמאַכט פֿון אַ פּוטער־רײַכן טייג, און אָנגעפֿילט מיט קאַקאַאָ, צימערינג און צוקער. דאָס איז דער טאָרט, וואָס איך, מיט מײַנע שוועסטער און ברידער, פֿלעגן בשתּיקה נאַשן, ווען מײַן מאַמע האָט עס אָפּגעבאַקן און תּיכּף באַהאַלטן אין דער פֿרירקע אין קעלער.

ביזן הײַנטיקן טאָג בענקט זיך מיר נאָך יענע יאָרן — נישט דווקא די קינדער־יאָרן גופֿא, נאָר נאָך מײַן מאַמעס מאכלים, וואָס האָבן אַרײַנגעבראַכט אַ מין וואַרעמקייט אין אַ היים, וואָס איז אַ מאָל געווען זייער אומרויִק.

איך בין געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין דער סאַטמערער קהילה פֿון קרית־יואל, אָבער מיט עטלעכע יאָר צוריק בין איך מיט מײַן מאַן און קינדער אַוועק פֿון דאָרט. מײַנע עלטערן זענען געווען קינדער פֿון לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, וועלכע זענען אַליין געקומען פֿון חסידישע משפּחות אין אונגערן. די אונגערישע מאכלים האָבן געשפּילט אַ פּראָמינענטע ראָלע אין אונדזער לעבן. די פֿרויען האָבן גאַנצע טעג געקאָכט און געבאַקן, און אויף דער גאַס האָט מען געקאָנט דערשמעקן די באַטעמטע ריחות, וואָס האָבן אַרויסגעשוועבט פֿון די אָפֿענע פֿענצטער.

מײַן באָבע פֿון דער מאַמעס צד איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעכע אונגערישע קעכין, און דער זיידע האָט יאָרן לאַנג אָנגעפֿירט מיט אַ באַרימטער בעקערײַ. אין איינעם האָבן זיי דערצויגן פֿינף קינדער — פֿיר טעכטער און אַ צוריקגעשטאַנענעם זון — און איבערגעגעבן דעם צווייטן דור אַן אַפּעטיט פֿאַר געפּרעגלטע פּאָטראַוועס און זיסע געבעקסן (ווי אויך, נישט־וועלנדיק, אַן אויסגעצויגענע קישקע).

בשעת מײַן מאַמע האָט געהאַט און דערצויגן צוועלף קינדער, האָט זי באַוויזן צו קאָכן און באַקן פֿאַר אונדז אַלעמען. זי האָט תּמיד צוגעגרייט איר אייגן טייג. מיר האָבן קיין מאָל נישט געגעסן אין קיין רעסטאָראַן, אָדער אַהיימגעבראַכט אָפּגעקאָכטע מאָלצײַטן. זי איז געווען זייער שטאָלץ מיט אירע היימישע מאכלים און מיט איר ייִחוס, ווי די בעסטע באַלעבאָסטע אין דער געגנט.

איך פֿלעג אַהיימקומען נאָך אַ גאַנצן טאָג אין שול, און דערשמעקן דעם טעם גן־עדנדיקן „טשיקן פּאַפּריקאַש‟ — אַן אונגערישע פּאָטראַווע פֿון הינדל, ציבעלע, קנאָבל און הייפֿטלעך פּאַפּריקע. מיטוואָך האָט זי שוין אָנגעהויבן צוגרייטן אויף שבת, קאָכנדיק די פֿיש אין דעם גרויסן, אָוואַלן פֿישטאָפּ. דער פֿאַרגליווערטער זאַפֿט פֿון דער פֿיש (מיר האָבן עס גערופֿט קאָטשעניאָ) איז געווען אַ באַליבטע זאַך בײַ אונדז, קינדער, און בײַ יעדער שבתדיקער סעודה האָבן מיר זיך געקריגט, ווער ס׳וועט עס קריגן צו ערשט. מיר פֿלעגן אײַנטונקען די חלה אינעם ראָסל און זיך באַלעקן די פֿינגער.

מײַן מאַמע האָט טאַקע געניצט בלויז די פּשוטסטע אינגרעדיענטן, אָבער איר עסן רופֿן בײַ מיר אַרויס די גליקלעכסטע זכרונות פֿון מײַנע קינדער־יאָרן.

מײַן מאַמע האָט שוין מסתּמא אָנגעהויבן קאָכן אויף סוכּות און אפֿשר אַפֿילו צוצוגרייטן דאָס טייג פֿאַר די המן־טאַשן לכּבֿוד פּורים. איך וווין אָבער מײַלן אַוועק פֿון איר — סײַ געאָגראַפֿיש, סײַ גײַסטיק — און פֿיל זיך מער נישט באַקוועם צו באַזוכן „די אַלטע היים‟.

זינט מײַן מאַן און איך האָבן פֿאַרלאָזט די קהילה, וווּ מיר זענען דערצויגן געוואָרן, האָט זיך דאָס לעבן בײַ אונדז שטאַרק געביטן, און אַזוי אויך אונדזער געשמאַק. מיר האַלטן זיך הײַנט פֿאַר מומחים אין קולינאַרע, און האָדעווען אונדזערע קינדער מיט אַמעריקאַנער סטייקן און „וואַניל פּאַנאַ קאָטאַ‟ לכּבֿוד יום־טובֿ. איך האָב געטוישט מײַן מאַמעס קאָכן אויף די ראַפֿינערטע פּאָטראַוועס פֿונעם בריטישן שעף, גאָרדאָן ראַמסיי. (ניין, ער געפֿינט זיך נישט אין מײַן קיך, אָבער ס׳וואָלט מיך גאָר נישט געאַרט, ווען ער וואָלט זיך אַ מאָל אַרײַנגעכאַפּט אַהער.)

פֿון צײַט צו צײַט, ווען די נאָסטאַלגיע נאָגט בײַם האַרצן, מאַך איך אַליין פֿיש מיטן פֿאַרגליווערטן זאַפֿט אויף שבת, כ׳באַק אָפּ מײַן מאַמעס חלות, און גרייט אויך צו עטלעכע לאַבנס קאָקאָש, וואָס מיר קענען נאַשן פֿון דער פֿרירקע, ווײַט פֿון מײַן מאַמעס אויגן…