בקרובֿ װעט דערשײַנען דאָס בוך „די קרבנות אין מאָזעסװיל — אַ געשיכטע פֿון גאַוטשן און ייִדן“, אָנגעשריבן פֿון סערזשיאָ סיני.
סיני, אַ יונגערמאַן אין די 30ער, אַ זשורנאַליסט װאָס שרײַבט װעגן פֿאַרברעכנס און האָט אַפֿילו שוין אַרויסגעלאָזט אַ בוך „100 קרימינעלע פֿאַלן, װאָס האָבן צעטרײסלט די אַרגענטינער געזעלשאַפֿט“ — האָט געפֿונען אין אינטערנעץ אַן אַרטיקל, פּובליקירט אין די אַרגענטינער „ייִװאָ־שריפֿטן‟, אין 1947. דער נאָמען פֿונעם שרײַבער פֿון דעם ייִוואָ־אַרטיקל „די ערשטע ייִדישע קרבנות אין מאָזעסװיל“ — איז מיכל הכּהן סיני. אַזוי האָט זיך סערזשיאָ באַקענט מיט זײַן עלטער־זיידן, פֿון װעלכן ער האָט אין גאַנצן נישט געװוּסט, און װײַל ער האָט קיין ייִדיש נישט געקענט, האָט ער זיך אָנגעהויבן צו לערנען ייִדיש.
מיכל הכּהן סיני איז דער פּיאָנער פֿון ייִדישן געדרוקטן װאָרט אין אַרגענטינע. ער האָט אין 1898 אַרויסגעגעבן אין בוענאָס־אײַרעס זײַן „װיעדער־קול“ — די ערשטע צײַטונג, געכתיבֿהט און ליטאָגראַפֿירט. 50 יאָר שפּעטער האָט ער באַשריבן אַ טרויעריק קאַפּיטל פֿון די ערשטע ייִדישע אימיגראַנטן אין אַרגענטינע. דער אויפֿבוי פֿונעם ערשטן ייִדישן אַגראַר־ייִשובֿ אין אַרגענטינע, מאָזעסװיל, האָט געקאָסט אַ סך בלוט, און די ייִדישע פּיאָנערן־קאָלאָניסטן האָבן דעם דאָזיקן בלוט־אָפּצאָל געמוזט געבן.
זיי האָבן באַצאָלט מיט עטלעכע און צװאַנציק לעבנס, װאָס זײַנען פֿאַרשניטן געװאָרן פֿון די אָרטיקע, גאַוטשישע הענט. אין יענער צײַט, מיט איבער הונדערט יאָר צוריק איז די דאָזיקע געגנט נאָך געװען אין אַ װילדן, פּרימיטיװן צושטאַנד. אַלץ איז געװען װילד, ועל־כּולם איז װילדער געװען דער „גאַוטש“. יעדן פֿרעמדן װאָס איז געקומען זיך צו באַזעצן מיט אים בשכנות, פֿלעגט דער גאַוטש באַטראַכטן װי זײַנעם אַ געפֿערלעכן שׂונא. ער האָט זיך אײַנגערעדט, אַז דער פֿרעמדער קומט מיט דער דורכויסיקער כּװנה אים צו באַהערשן און אַװעקצוגזלען זײַן רוים און רו, און דערפֿאַר האָט ער געהאַלטן פֿאַר גאַנץ רעכט דעם פֿרעמדן, בײַ דער ערשטער געלעגנהייט, אומצוברענגען.
די ערשטע רציחה איז פֿון 1889, און די לעצטע קומט פֿאָר אין 1906. 22 הריגות, במשך פֿון 17 יאָר זײַנען פֿאָרגעקומען נאָר אין מאָזעסװיל און אין דער גאַנצער פּראָװינץ סאַנטאַ־פֿע, װוּ מאָזעסװיל געפֿינט זיך — 71.
דרײַ ברידער יאַגעלניצער, זײַנען דערהרגעט געוואָרן איבער אַ נקמה; װײַנער און בערסאַנקער — דערהרגעט און בגנבֿעט אונטערװעגנס; קאַנטאָר, דערמאָרדעט אין זײַן צימער; גערשונאָװ, דער פֿאָטער פֿונעם באַרימטן שרײַבער און זשורנאַליסט, צעשטאָכן דורך אַ שיכּורן גאַוטש; האָראָװיטש איז אַרויס אין פֿעלד אָפּצוזוכן זײַן פֿערד און האָט זיך שוין אַהיים נישט אומגעקערט. די גאַנצע משפּחה װײַסמאַן איז דערמאָרדעט געוואָרן אין דער היים פֿאַר אַ פּאָר פּעזעס; די שיינע יונגע אַליקסעניצער, פֿאַרגװאַלדיקט דורך אַ פּאָליציי־מאַן — בלויז געציילטע בײַשפּילן.
מיכל הכּהן סיני האָט זיי אָפּגעראַטעװעט און פֿאַרפֿיקסירט אין זײַן אַרבעט פֿון 1947, און זײַן אוראייניקל האָט זיך ספּעציעל אויסגעלערנט געלערנט ייִדיש, כּדי זיך צו באַקענען מיטן עלטער־זיידן, זײַנע פֿאָרשונגען און זיך צו דערנענטערן צו דער געשיכטע פֿון די ערשטע פּיאָנערן אין אַרגענטינע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.