איך בין נאָר וואָס צוריק פֿון אַ קורצער נסיעה קיין רומעניע. איך פֿאָר נישט אַהין, כּדי צו שפּאַצירן און אָטעמען מיט פֿרישער לופֿט אין די פּרעכטיקע קאַרפּאַטן־בערג אָדער, ווי דער מינהג איז בײַ נישט ווייניק ישׂראלים, צעטרענצלען געלט אין די אומצאָליקע קאַזינאָס, וואָס בוקאַרעשט איז געבענטשט מיט זיי. איך האָב דאָרט רעשטלעך משפּחה און אַ פּאָר גוטע חבֿרים פֿון דער משפּחה.
בײַ איינעם אַ באַקאַנטן איז געבוירן געוואָרן אַן עופֿעלע און אַזוי אַרום איז ער, אַ מאַן אין די פֿריִע דרײַציקער, געוואָרן אַ טאַטע אין אַ גוטער שעה. דער פֿריש-געבאַקענער טאַטע און זײַן פֿרוי זײַנען געווען פֿאַרטאָן מיטן קינד, ס‘האָט אים אָבער נישט געשטערט צו ענטפֿערן אויף מײַן פֿראַגע, ווי פֿילט ער זיך אין זײַן נײַער ראָלע? האָט ער אַ צי געטאָן מיט די אַקסלען און אָפּגעענטפֿערט: „כ’ווייס…‟
די שטימונג אין שטוב איז געווען אָנגעלאָדן, און עס איז גרינג צו פֿאַרשטיין פֿאַרוואָס: מאַן-און-ווײַב, וואָס זענען אַצינד שוין טאַטע-מאַמע, מוזן נאָך אַלץ וווינען מיט די עלטערן. זיי, די יונגע, האָבן זייער „אייגן שטיקל שטח‟, וואָס קיינער טאָר נישט אַהין אַרײַנשמעקן, כּדי, חלילה, נישט שטערן זייער פּריוואַטקייט. קיינער נישט, חוץ די דינסט-מויד, וואָס זוכט אַרום זייערע קליידער, כּדי צו וואַשן זיי יעדן טאָג.
מײַן באַקאַנטער איז פֿון פֿאַך אַ בוכהאַלטער, אָבער ער פֿאַרדינט, ווי מע זאָגט, וואַסער אויף קאַשע. אַליין רופֿט ער זײַן פֿאַרדינסט: „קליינגעלט‟. אַז ער האָט פֿאַרענדיקט דעם אוניווערסיטעט, האָט ער געקראָגן אַ שטעלע אין אַ קליינעם געשעפֿט, וואָס האָט געצאָלט ווייניק, און דער שעף, אַזוי טענהט מײַן באַקאַנטער, איז געווען אַ בייזער און אַ צעדרייטער. לאַנג האָט ער נישט אויסגעהאַלטן דאָרט.
אין גיכן האָט ער זיך מישבֿ געווען און געקומען צום אויספֿיר, אַז אַרבעטן ווי אַן אָנגעשטעלטער איז נישט פֿאַר אים; האָט ער אָפּגערעדט מיט צוויי חבֿרים פֿונעם אוניווערסיטעט און אין איינעם האָבן זיי געעפֿנט אַן אייגענעם געשעפֿט. זײַענדיק גאָר „גרין‟, אָן אַ דערפֿאַרונג, האָבן זיי קיין גרויסע פֿאַרדינסטן נישט געהאַט. די געציילטע קליענטן זענען געווען מענטשן, וואָס האָבן זיך נישט געקענט דערלויבן צו צאָלן געניטע בוכהאַלטערס, און די „גרינע‟ האָבן מסכּים געווען צו מאַכן די אַרבעט האַלב אומזיסט. יאָרן זענען אַריבער, אָבער די פֿאַרדינסטן זײַנען געבליבן די זעלבע — גאָרנישט מיט נישט.
אין מײַנע מחשבֿות האָב איך אים באַרעכטיקט: די עקאָנאָמיע אין רומעניע איז שוואַך, דאַכט זיך, פֿון תּמיד אָן, און ער איז אַ קרבן פֿון די אומשטענדן. שפּעטער אָבער האָב איך אײַנגעזען, אַז זײַנע אַרבעט-שעהען זענען גאָר בייגעוודיק: האַלב צען אין דער פֿרי איז ער נאָך אין דער היים, און טרינקט קאַווע, און נאָך מיטאָג האָב איך זיך דערוווּסט, אַז ער פֿאָרט שוין צוריק אַהיים.
זײַן מאַמע האָט זיך באַקלאָגט, אַז אַזוי איז זײַן טבֿע. ער אַרבעט ווייניק און אין דער היים פֿאַרברענגט ער די פֿרײַע צײַט בײַם עקראַן פֿונעם קאָמפּיוטער. אינטערעסאַנט, נאָר ער איז נישט קיין אויסנאַם. אַוודאי, באַשטייט נישט אונדזער דור פֿון הוילע ליידיקגייער און דאָך, קען איך אויסרעכענען אַ לאַנגע רשימה מענטשן, אַלע אין דעם זעלבן עלטער, אין די דרײַסיקער, וואָס איך קען פּערזענלעך און זענען ענלעך אויף אים; מענטשן, וואָס האָבן נישט אַ שטענדיקע אַרבעט אָדער וואָס זוכן נאָך אַלץ „זייער אָרט‟ זיך צו „רעאַליזירן‟. איך אַליין האַלט נישט אַ וועלט פֿון קאַריעריזם; פֿון דעסטוועגן, מיין איך, אַז בײַ אונדזער דור איז פֿוילקייט געוואָרן אַ מגפֿה: מענטשן אַנטלויפֿן פֿון שווערע באַשלוסן, פֿון אַחריות, שעפֿערישקייט.
מיר האָבן בעסער ליב צו באַשולדיקן יענעם (אַן אַלמענטשלעכער האָבי): דעם „חזירישן קאַפּיטאַליזם‟, די וואָס „כאַפּן זיך אָן אין די שטעלעס און גיבן זיי נישט אַוועק‟, „די הויכע פּרײַזן‟, „די געזעלשאַפֿט‟, „די עלטערן‟, און אַזוי ווײַטער — איידער אַ קוק טאָן אויף זיך אין שפּיגל.
זעלבסטקריטיק איז אַ זעלטנהייט.
די מאַסן-דעמאָנסטראַציעס וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין ישׂראל אין אויגוסט 2011, זענען אַוועק אָן אַ „זײַ-געזונט‟. פֿאַר וואָס? ווײַל די „פֿירער‟, מישטיינס געזאָגט, זענען געווען בייזע און צעטומלטע יונגעלײַט, וואָס האָבן נישט געהאַט קיין אַנדער סחורה, אויסער זייער בייזקייט און צעטומלטקייט. זייערע פּלענער זענען ס’רובֿ געווען מאָדנע אין דעם בעסטן פֿאַל.
אַזאַ פּנים האָבן געהאַט אויך אַנדערע דעמאָנסטראַציעס איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט „דעם 99 פּראָצענט‟. עס האָט אין אַלע פֿאַלן אויסגעפֿעלט די רײַפֿקייט און וויזיע, כּדי אַרויסצוקריכן פֿון דער אייביקער אומצופֿרידנקייט און באַקעמפֿן די חלאַתן, וואָס עקזיסטירן טאַקע אין דער געזעלשאַפֿט. אַ שאָד, וואָס אונדזער דור גרויסט זיך איבערהויפּט מיט אוממעכטיקייט.
עס ווילט זיך פֿאַרענדיקן מיט ווערטער, וואָס איך האָב אָפּגעזוכט אין איינעם פֿון די בלאָגס. די שרײַבערין איז אַ יונגע פֿרוי פֿון ישׂראל:
„אַ מאָל ווילט זיך, אַז זאַכן זאָלן פּשוט געשען פֿון זיך אַליין, אָן אָנשטרענגונגען. איך האָב נישט קיין כּוח פֿאַר טרעפֿלעכע זאַצן, שעפֿערישע געדאַנקען, אינוועסטירן, צוטראַכטן… איך וויל זיצן גלאַט אַזוי, שמייכלען צו דער וועלט און לאָזן די זאַכן געשען פֿון זיך אַליין, אָן מײַן פּעולה. עס וועט זײַן אינטערעסאַנט, וווּהין עס וועט מיך פֿירן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.