דוד איגנאַטאָװס „שריפֿטן‟ האָט אַרױפֿגעבראַכט די אַמעריקאַנער „יונגע‟ אױפֿן שפּיץ פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. דער דריטער באַנד פֿונעם דאָזיקן אַלמאַנאַך, װאָס איז אַרױס ערבֿ דער ערשטער װעלט־מלחמה, האָט באַקומען אַ װאַרעמען ברוך־הבא פֿונעם השובֿסטן ליטעראַרישן דעה־זאָגער פֿון יענער צײַט בעל־מחשבֿות: „איך מוז זיך מודה זײַן, אַז מיר, די רוסישע ייִדן, האָבן נאָך דערװײַל ניט געהאַט קײן אײן אַלמאַנאַך, װאָס זאָל זיך קענען גלײַכן צו איגנאַטאָװס‟.
אינעם דאָזיקן באַנד האָט איגנאַטאָװ פֿאַרעפֿנטעלכט זײַן נאָװעלע „פֿיבי‟, װאָס מען קאָן האַלטן פֿאַר אַ מין קינסטלערישן מאַניפֿעסט פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם. די מעשׂה װערט דערצײלט פֿון דער ערשטער פּערזאָן דורך אַן אינטעליגענטן ייִדישן יונגערמאַן, װאָס פֿילט זיך שױן גאַנץ הײמיש אין אַמעריקע. אײן אָװנט, זײַענדיק צו גאַסט בײַ זײַנע חבֿרים, טרעפֿט ער פֿיבי: „אַ טיפּיש ייִדיש מײדל, מיט שײנע, עטװאָס געקרױזטע שװאַרצע האָר, אַ װײַס־בלאַס פּנים, שװאַרצע ברעמען, און אױגן שײנע, שײן־צעעפֿנטע, נאָר גרױע‟. אָבער די דאָזיקע פֿיבי װײַזט זיך אַרױס גאַנץ אַנדערש פֿון אַ „טיפּיש ייִדיש מײדל‟ פֿון יענער צײַט. זי שפּילט טעניס, פֿאָרט אױף אַ װעלאָסיפּעד, פֿירט אַן אױטאָ און האָט קריסטלעכע חבֿרטעס.
דער דערצײלער איז אײנצײַטיק פֿאַרכּישופֿט און אָפּגעשראָקן פֿון פֿיבי, און באַשליסט צו פֿאַרלאָזן ניו־יאָרק. ער געפֿינט אַרבעט װײַט אין װערמאָנט בײַ אַ שװערמוטיקן אירלענדישן פֿאַרמער און זײַן דענערװירטער פֿרױ. צו זײַן דערשטױנונג װײַזט זיך אַרױס, אַז פֿיבי איז די טאָכטער פֿון אָט דעם פּאָרפֿאָלק. װען פֿיבי קומט צו באַזוכן אירע עלטערן, פֿלאַקערט די אַלטע ליבע אױף פֿון דאָס נײַ. די קעגנזײַטיקע תּאװה דערגרײכט איר שפּיצפּונקט אײן נאַכט אינעם װאַלד, אָבער אינעם לעצטן מאָמענט שטױסט דער העלד אָפּ דאָס מיידל, און זי וואַרפֿט זיך אַראָפּ פֿון אַ באַרג. אָבער אױף מאָרגן באַװײַזט זי זיך װידער, פֿריש און געזונט, אַזױ װי גאָרנישט איז ניט געשען. דער דערצײלער איז געפּלעפֿט: „אײנס פֿון בײדע מאָל מוז עס דאָך געװיס זײַן אַ חלום? יאָ, אָבער װעלכער פֿון די בײדע מאָל איז אַ חלום?‟
װי עס פּאַסט פֿאַר אַ מאָדערניסטישער נאָװעלע, באַקומט דאָס דאָזיקע רעטעניש ניט קײן קלאָרע לײזונג. „מיר אָבער װילט זיך שױן מער ניט דערצײלן‟, זאָגט דער מחבר, אָבער גיט צו נאָך אַ פּאָר זײַטן װעגן זײַן אומקערן זיך קײן ניו־יאָרק. און דװקא אין ניו־יאָרק דאַרף מען זוכן דעם שליסל צו דער גאַנצער מעשׂה. די שטאָט ניו־יאָרק איז תּמיד געװען די צענטראַלע בינע פֿאַר דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור. דאָ האָבן זיך אױסגעשפּילט טױזנטער דראַמעס, קאָמעדיעס און טראַגעדיעס, װאָס האָבן צוגעשטעלט רױשטאָף פֿאַר הונדערטער דערצײלונגען און ראָמאַנען פֿון אַזעלכע פּאָפּולערע מחברים אין זײער צײַט, װי לעאָן קאָברין, זלמן ליבין, תּשר״ק און אַנדערע.
אָבער „די יונגע‟ האָבן בדעה געהאַט צו שאַפֿן אַן אַנדערן אימאַזש פֿון ניו־יאָרק, װאָס זאָל אָפּשפּיגלען דעם מאַגישן מהות פֿון דער דאָזיקער ריזיקער און געהײמנישפֿולער שטאָט. זײ האָבן זיך געװאָלט אַרױסרײַסן פֿון די ד׳ אַמות פֿונעם ייִדישן „געטאָ‟ אױף דער לאָוער איסט־סײַד. „פֿיבי‟ הײבט זיך אָן און ענדיקט זיך אין די בראָנקס, װאָס איז דעמאָלט אָקערשט געװאָרן אַ נײַע ייִדישע געגנט. אױף דער שװעל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט זיך די שטאָט ניו־יאָרק געהאַלטן אין אײן צעװאַקסן, און מאַנהעטן איז פֿאַרבונדן געװאָרן מיט די שכנישע געגנטן דורך בריקן און ברײטע מאָדערנע שאָסייען.
איגנאַטאָװ איז אַנטציקט פֿונעם „גראַנד־קאָנקורס‟, דעם נײַעם ברײטן שאָסײ װאָס פֿאַרבינדט מאַנהעטן מיט די בראָנקס: „דרײַ מאָל ברײט איז דער װעג און ציט זיך דורך אַ האַלב־װילדער, װײניק־פֿאַרבױטער געגנט. די ברײטקײט פֿאַר די אױגן װערט דורך דעם נאָך ברײטער און װײַטער‟. זײַן העלד יאָגט זיך פּאַזע „גראַנד־קאָנקורס‟ אױפֿן װעלאָסיפּעד, און פֿילט זיך דערבײַ פֿרײַ און באַגײַסטערט. אױפֿן װעג באַמערקט ער אַ „גרױסן װײַטסטן מאָנומענט, װאָס מען האָט אַ מאָל מיט שטײנער באַװאָרפֿן און אָפּגעבראָכן דעם קאָפּ און די פֿינגער בײַ אײנער פֿון די שײנע גראַציעס, װאָס זיצן אַרום אים‟. דער זעלבער מאָנומענט באַװײַזט זיך װידער צום סאַמע סוף פֿון דער נאָװעלע, װען דער העלד פֿאָרט אױפֿן װעלאָסיפּעד איבער גראַנד־קאָנקורס בײַ נאַכט: „די װײַסע פֿיגורן פֿון דעם גרױסן מאָנומענט פּרעסן זיך איצט אַרױס פֿון דער נאַכטיקער בלױקײט װי אַ מעשׂה‟. דער מאָנומענט װאַרפֿט זײַן כּישוף אױף דער גאַנצער שטאָט, װאָס שטרעקט זיך הינטער אים, און פֿאַרװאַנדלט ניו־יאָרק אין אַ מעשׂה.
עס איז קלאָר, אַז אָט דער דאָזיקער מאָנומענט איז אַ שליסל צו דעם סימבאָלישן טײַטש פֿון איגנאַטאָװס מעשׂה, און אַ סבֿרה, אַז ער איז געװען באַקאַנט זײַנע לײענער אין 1914. װײַזט זיך אַרױס, אַז מיט אַ צענדליק יאָר פֿריִער האָט מען טאַקע אױפֿגעשטעלט אַ ריזיקן מאָנומענט פֿון װײַסן מאַרמאָר אױפֿן קרײצוועג פֿון „גראַנד־קאָנקורס‟ און דער 161סטער גאַס אין די בראָנקס, װוּ ער שטײט עד־היום. דער מאָנומענט איז געװידמעט דעם דיכטער הײַנריך הײַנע און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ריזיקע פֿיגור פֿון לאָרעלײ, דער מיטאָלאָגישער העלדין פֿון הײַנעס באַרימסט ליד, אַרומגערינגלט מיט װאַסער־מײדלעך.
דער דאָזיקער מאָנומענט האָט אַ געשיכטע מיט אַ מעשׂה. מען האָט אים לכתּחילה געמאַכט פֿאַר דער דײַטשישער שטאָט דיסלדאָרף, װוּ הײַנע איז געבױרן געװאָרן, אָבער די שטאָטישע רעגירונג האָט זיך פֿון דעם מאָנומענט אָפּגעזאָגט. מען האַלט, אַז די סיבות פֿון דעם זײַנען טײלװײַז געװען אַנטיסעמיטישע. די דײַטשישע ייִדן אין ניו־יאָרק האָבן באַשלאָסן אַראָפּצוברענגען דעם מאָנומענט מערבֿ־לים און אים אױפֿשטעלן אױפֿן צפֿון־מערבֿדיקן ראָג פֿון צענטראַל־פּאַרק, אָבער די שטאָט האָט, סוף־כּל־סוף, געפֿונען אַן אַנדער אָרט אױף דעם נײַ־אױפֿגעבױטן „גראַנד־קאָנקורס‟. און װי עס דערמאָנט איגנאַטאָװ, האָבן אומבאַקאַנטע װאַנדאַלן צעמזיקט די גראַציעס אַרום לאָרעלײ.
אַזױ אַרום דינט דער דאָזיקער עלעמענט פֿון ניו–יאָרקער לאַנדשאַפֿט װי אַ שליסל צו דעם סימבאָלישן מײן פֿון איגנאַטאָװס נאָװעלע. דאָס מאָדערנע אַמעריקאַנער מײדל פֿיבי איז אַ גילגול פֿון לאָרעלײ, װאָס פֿאַרדרײט איצט דעם קאָפּ די ייִדישע בחורים. זי פֿאַרקערפּערט סײַ דעם חן און סײַ די סכּנה פֿון אַמעריקע, װאָס זאָגט צו פֿרײַהײט און אומאָפּהענגיקײט, אָבער אין דער זעלבער צײַט פֿאַרטרײַבט זי די ייִדן פֿון ייִדישקײט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.