בעת זײַן אויפֿטריט בײַ דער גענעראַל־אַסאַמבלעע פֿון דער „יו־ען‟, דעם 24סטן סעפּטעמבער, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, געמאָלדן, אַז די רעגירונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועט זיך ווײַטער פֿאָקוסירן אויף די ענינים פֿונעם מיטל־מיזרח — נישט צו דערלאָזן איראַן צו קריגן דאָס נוקלעאַרע וואָפֿן און צו דערגרייכן שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. די דאָזיקע צוויי פֿראַגעס, האָט באַטאָנט דער פּרעזידענט, „בלײַבן שוין צו לאַנג אַ גרויסער קוואַל פֿון אומסטאַבילקייט‟.
אָבאַמאַ האָט געזאָגט, אַז ער וואָלט געקאָנט, אין פּרינציפּ, מסכּים זײַן אָנהייבן אַ דיאַלאָג מיטן נײַעם איראַנישן פּרעזידענט, כאַסאַן ראָכאַני. אין דער זעלבער צײַט, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט בפֿירוש געוואָרנט, אויף אַן אומגעוויינטלעך אויסגעשפּראָכענעם אופֿן, אַז זײַן מלוכה איז גרייט צו לאָזן אין גאַנג איר מיליטערישן כּוח, כּדי צו פֿאַרזיכערן אונדזערע אַמעריקאַנער אויסערן־אינטערעסן אינעם ראַיאָן און אונטערצוהאַלטן אירע שותּפֿים אויפֿן מיטל־מיזרח. „די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע קאָנען אויסנוצן אַלע עלעמענטן פֿון אונדזער מאַכט‟.
דער פּרעזידענט האָט צוגעגעבן, אַז ווען ס׳איז נייטיק צו באַשיצן זײַן לאַנד פֿון טעראָריסטישע אַטאַקן, קאָן דאָס אַמעריקאַנער מיליטער זיך דירעקט אַרײַנמישן. ער האָט צוגעגעבן, אַז זײַן רעגירונג וועט אויך נישט דערלאָזן צו שאַפֿן אָדער אויסנוצן דאָס געווער פֿון מאַסן־פֿאַרניכטונג.
וואָס שייך ישׂראל, האָט אָבאַמאַ באַטאָנט, אַז די ישׂראלים האָבן דאָס רעכט צו לעבן רויִק אין זייער לאַנד, וואָס די „יו־ען‟, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל אַראַבישע לענדער, אָנערקענט ווי אַ מיטגליד. דער אַמעריקאַנער הויפּט־פֿירער האָט אָבער צוגעגעבן, אַז די אָקופּאַציע פֿונעם מערבֿ־ברעג ברעגנט אַ היזק און „רײַסט אונטער די דעמאָקראַטישע יסודות פֿון דער ייִדישער מלוכה‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.