די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט זיך אין ירושלים אָנגעהויבן, צום ערשטן מאָל, דער פֿעסטיוואַל פֿון מאָדערנער קונסט מיטן נאָמען „Jerusalem Bienalle‟ אָדער „הביאנלה של ירושלים‟, אַ זעקס־וואָכיקע אונטערנעמונג, וועלכע וועט אָנגיין ביז נאָוועמבער. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער פּראָגראַם ווילן ווײַזן, אַז די הײַנטצײַטיקע ייִדישע קונסט איז ווײַט נישט באַגרענעצט מיט זילבערנע בעכערס און מנורות, וואָס ווערט פֿאַרקויפֿט אין די קרעמלעך בײַ די שילן. לויטן פּלאַן, קלײַבט מען זיך ווײַטער דורכצופֿירן אַזעלכע אונטערנעמונגען יעדע צוויי יאָר.
רם עוזרי, דער אָרגאַניזאַטאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל, האָט דערקלערט, אַז ער איז פֿאַראינטערעסירט צו שאַפֿן אַ סבֿיבֿה, וווּ דער ייִדישער און ישׂראלדיקער קאָנטעקסט, אינעם ברייטן זין פֿון וואָרט, ווערט אויסגעדריקט דורך חידושדיקע מאָדערנע קונסט־מיטלען. צווישן די ווערק, וואָס די באַטייליקטע קינסטלער האָבן רעפּרעזענטירט, געפֿינען זיך, למשל, ריזיקע באַצירונגען מיט אַזעלכע באַדראָענדיקע ווערטער, ווי „איראַן‟ און „מיליטאַנטישער איסלאַם‟ און אַ צוגעגרייטער שבתדיקער טיש.
די אויסשטעלונגען ווערן דורכגעפֿירט אין פֿינף ערטער איבער דער שטאָט, וווּ עס ווערן געוויזן די ווערק פֿון מער ווי 50 קינסטלער. די גרינדער פֿונעם פֿעסטיוואַל האָפֿן צו ווײַזן, אַז סײַ די יונגע אָנהייבער, סײַ די באַקאַנטע שאַפֿער פֿון מאָדערנער קונסט, קאָנען צוציִען אַ ברייטן עולם צו זיירער שאַפֿונגען. עוזרי האָפֿט, אַז דער הײַיאָריקער דעביוט איז בלויז דער ערשטער שריט; אין די שפּעטערדיקע יאָרן, האָפֿט ער דורכצופֿירן נאָך אַ ברייטערע פּראָגראַם.
קען גאָלדמאַן, אַ 53־יאָריקער אַמעריקאַנער־געבוירענער מעדיאַ־קינסטלער פֿון מעמפֿיס, וועלכער לעבט אינעם קיבוץ „שלוחות‟, אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון ישׂראל, האָט באַמערקט, אַז דער פֿעסיטיוואַל איז „נישט דײַן באָבעס חלה־דעקל‟, מיינענדיק דעם בפֿירוש מאָדערנעם טעם פֿון דער אונטערנעמונג. אַזוי ווי אַ סך אַנדערע אויסגעשטעלטע ווערק, האָט זײַן שאַפֿונג — אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון זײַן האַנט מיט די סימנים פֿון די תּפֿילין־רצועות, באַגלייט מיטן פּסוק, וווּ עס ווערט דערמאָנט די מיצווה פֿון תּפֿילין־לייגן — האָט צו טאָן מיט רעליגיע.
אַ צאָל אַנדערע ווערק, אַרײַנגערעכנט די אויסשטעלונג אין דער שיל „היכל־שלמה‟, פּרוּוון אויסצודריקן דעם באַדײַט פֿון פֿאַרשיידענע תּורה-פּסוקים, אָדער אַזעלכע אַבסטראַקטע קאָנצעפּציעס, ווי געטלעכקייט און קדושה. די 22־יאָריקע דזשעסיקאַ דויטש, די ייִנגסטע צווישן די באַטייליקטע קינסטלער, האָט געשאַפֿן אַ סעריע פֿון נײַן צייכענונגען, וואָס שילדערן דעם תּוכן פֿון די ערשטע צוויי פּרקים אין „פּרקי־אָבֿות‟.
טובי קאַן, אַ באַקאַנטער ניו־יאָרקער קינסטלער, וועלכער פֿאַרנעמט זיך מיט דער מאָדערנער קונסט שוין במשך פֿון איבער 30 יאָר, איז, מסתּמא, דער סאַמע פּרעסטיזשפֿולער אָנטיילנעמער פֿונעם פֿעסטיוואַל, וווּ ער האָט אויסגעשטעלט זײַן ווערק „אורה זעקס‟ — אַ קאָליריק בילד, וואָס רעפּרעזענטירט דעם „חושן‟ מיט די טײַערע שטיינער, וואָס דער כּהן־גדול פֿלעגט אָנטאָן בעת זײַן עבודה אינעם בית־המיקדש.
אַן אַנדער קאַנס שאַפֿונג שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ חידושדיקן קאַלענדאַר פֿאַר דער ספֿירת־העומר, וווּ יעדער פֿון די 49 טעג צווישן פּסח און שבֿועות ווערט רעפּרעזענטירט ווי קליינע סקולפּטורן, וואָס שטייען אויף אַ הילצערנעם טיש. קאַן האָט דערקלערט, אַז מיט זײַן ווערק האָט ער געוואָלט ווײַזן, ווי אַזוי ייִדישקייט ווערט אויסגעדריקט אַנדערש אין פֿאַרשיידענע צײַט־מאָמענטן — למשל, ווען דער שבת הייבט זיך אָן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס.
רונית שטיינבערג, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קונסט בײַ דער ירושלימער „בצלאל־אַקאַדעמיע פֿון קונסט און דיזײַן‟, האָט באַמערקט, אַז הגם דער פֿעסטיוואַל „Jerusalem Bienalle‟ נעמט אַרום אַ ברייטן ספּעקטער פֿון ענינים, האָט זי מורא, אַז אַזאַ אונטערנעמונג איז אינטערעסאַנט בלויז פֿאַר אַן ייִדישן עולם. כּדי צו פֿאַרוואַנדלען אַזאַ פֿעסטיוואַל אין אַן עכט קונסט־געשעעניש, האָט זי דערקלערט, מוז מען פּטור ווערן פֿונעם פּראָווינציעלן פֿאַרמאַכטן טעם. עוזרי איז אָבער געשטימט אָפּטימיסטיש און האַלט, אַז זײַן פֿעסטיוואַל וועט אַמאָל קאָנען זיך פֿאַרמעסטן מיט די וועלט־באַרימטע אויסשטעלונגען פֿון מאָדערנער קונסט, וואָס קומען פֿאָר יעדע צוויי יאָר אין אַזעלכע אייראָפּעיִשע קולטור־צענטערס, ווי בערלין און ווענעדיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.