דעם זומער איז אין סאַנקט־פּעטערבורג און מאָסקװע פֿאָרגעקומען אַן אױסשטעלונג, װאָס האָט צוגעצױגן אַ היפּשן אינטערעס אי בײַ דעם פּובליקום, אי בײַ די קריטיקער. מען האָט אַרױסגעשטעלט די קונסטװערק פֿון אליעזר ליסיצקי (1890—1941) און איליאַ קאַבאַקאָװ (געב. 1933). דער נאָמען פֿון דער אױסשטעלונג, „אוטאָפּיע און װירקלעכקײט‟, פֿאַרסך־הכּלט דעם זין פֿון דער פֿאַרגלײַכיקער עקספּאָזיציעס: ליסיצקי, צווישן די גרינדער פֿונעם סאָװעטישן אַװאַנגאַרד, שטײט דאָ פֿאַר דער „אוטאָפּיע‟, בעת קאַבאַקאָװ, אַ פֿאָרשטײער פֿון דער שפּעטער סאָװעטישער קאָנצעפּטואַליסטישער שיטה, רעפּרעזענטירט די „װירקלעכקײט‟, דאָס הײסט, יענעם „בױדעם‟, װאָס עס האָט זיך אױסגעלאָזט פֿון דעם „סאָװעטישן חלום‟.
ליסיצקי װערט פֿאָרגעשטעלט אױף דער אױסשטעלונג מיט זײַנע געאָמעטרישע גראַפֿישע קאָמפּאָזיציעס, װאָס ער האָט גערופֿן „פּראָוּן — פּראָיעקטן פֿאַר באַשטעטיקן דאָס נײַע‟, און מיט זײַנע אַרכיטעקטורישע פֿאַנטאַזיעס; בעת קאַבאַקאָװ האָט אַרױסגעשטעלט זײַנע אינסטאַלאַציעס און צײכענונגען, מיט װעלכע ער האָט זיך קונה־שם געװען בײַ דעם מערבֿדיקן עולם.
בײדע רוסיש־ייִדישע קינסטלער האָבן שױן לאַנג פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט אינעם קאַנאָן פֿון דער מאָדערנער קונסט. ליסיצקי איז מיט 43 יאָר עלטער פֿון קאַבאַקאָװן, אָבער היסטאָריש ליגט צװישן זײ אַ גאַנצער תּהום, און דער חילוק צװישן זײערע מאַנירן איז זײער אַ בולטער. קאַבאַקאָװ זאָגט, אַז ער האָט באַטראַכט דעם רוסישן אַװאַנגאַרד װי אַ „פֿאַרשװוּנדענע תּקופֿה‟, װאָס האָט פֿאַר אים ניט קײן חשיבֿות. און דאָך, האָט קאַבאַקאָװ, אין שותּפֿות מיט זײַן פֿרױ און מיטאַרבעטערין עמיליאַ, באַשלאָסן צו מאַכן אַן אױסשטעלונג אין דער פֿאָרעם פֿון אַ דיאַלאָג צװישן צװײ קינסטלער.
סײַ קאַבאַקאָװ און סײַ ליסיצקי האָבן אָנגעהױבן זײער קינסטלערישע קאַריערע מיט אילוסטראַציעס פֿאַר קינדער־ביכער. ליסיצקי האָט זיך באַטײליקט אין דער „קולטור־ליגע‟, װאָס איז געװען אױסן צו שאַפֿן אַ מאָדערנע װעלטלעכע ייִדישע קולטור. די קינדער־ליטעראַטור האָט פֿאַרנומען אינעם דאָזיקן פּלאַן אַ חשובֿ אָרט. דערנאָך איז ליסיצקי אַװעק פֿון דער ייִדישער קולטור. אונטער דער השפּעה פֿון קאַזימיר מאַלעװיטש איז ער געװאָרן אַ חסיד פֿון סופּרעמאַטיזם און האָט זיך געלאָזט זוכן נײַע אַבסאָלוטע פֿאָרמען, װי דער קינסטלערישער יסוד פֿון דער נײַער אוטאָפּישער װעלט.
קאַבאַקאָװ האָט אױסגעקליבן די אַרבעט פֿון ביכער־אילוסטראַציע צוליב אַנדערע סיבות. זײַן אײגענער סטיל האָט זיך ניט צוגעפּאַסט צו דער עסטעטיק פֿונעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם. אין די 1960ער יאָרן איז די קינדער־ליטעראַטור געװען אַ מקום־מיקלט מיט אַ פֿעסטער פּרנסה פֿאַר אַ היפּש ביסל „נאָן–קאָנפֿאָרמיסטישע‟ קינסטלער, שרײַבער און דיכטער. שפּעטער זײַנען אײניקע פֿון זײ געװאָרן באַרימט איבער דער װעלט מיט זײערע אָריגינעלע שאַפֿונגען. פֿאַר קאַבאַקאָװן, װי פֿאַר ליסיצקין, איז די קינדער־גראַפֿיק געװען אַ װיכטיקע און ניצלעכע שול, װוּ זײ האָבן באַהערשט די קינסטלערישע מלאכה. דאָ האָבן זײ זיך אױסגעלערנט צו רעדן מיטן צושױער דורך פּשוטע און קלאָרע אימאַזשן, װאָס האָבן דערבײַ געטראָגן אַ טיפֿן סימבאָלישן זין.
די קאַבאַקאָװס האָבן בכּיװן באַטאָנט דעם קאָנטראַסט צװישן זיך און ליסיצקי. אַזױ, למשל, שטייען ליסיצקיס פּראָיעקטן פֿון נײַע עפֿנטלעכע געבײַדעס פֿאַר צוקונפֿטיקע אוטאָפּישע סאָװעטישע שטעט אַנטקעגן קאַבאַקאָװס פֿאַרװיסטע חורבֿות פֿון סאָװעטישע קאָמונאַלע דירות מיט זײערע אָפּגעריסענע טאַפּעטן און אָפּגעשײלטע װענט. אָבער װען מען זעט די דאָזיקע װערק צונויפֿגעפּאָרט, װילט זיך גלײַך זאָגן: ליסיצקי איז בעסער. זײַנע אוטאָפּישע פֿאַנטאַזיעס זײַנען אָריגינעלער, פֿרישער און שטאַרקער. צוריקגערעדט, איז דאָך דער חלום תּמיד בעסער פֿון דער װירקלעכקײט, בפֿרט װען עס גײט די רײד װעגן דעם סאָװעטישן חלום. אָבער דאָ האָט דער חילוק צװישן צװײ קינסטלער צו טאָן מער מיט זײער שעפֿערישן כּוח־הדמיון.
די בלי־תּקופֿה פֿון קאַבאַקאָװס שעפֿערישקײט פֿאַלט אויס אױף די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר פֿונעם סאָװעטישן רעזשים. זײַנע אינסטאַלאַציעס ווײַזן אַרויס דעם פֿונעם יחידישן װידערשטאַנד קעגן דער מיאוסקײט פֿונעם קאָלעקטיװיסטישן סאָװעטישן שטײגער. דאָס קומט בולט אַרױס אין אײנער פֿון זײַנע „טאָטאַלע אינסטאַלאַציעס‟ מיטן נאָמען „דער מענטש, װאָס איז אַרױסגעפֿלױגן קײן קאָסמאָס פֿון זײַן דירה‟ (1985). דאָ זעט מען אַ הפֿקרדיקן צימער מיט שפּורן פֿון מענטשלעכער עקזיסטענץ. אונטער דער סטעליע זעט מען אַ מאָדנעם אַפּאַראַט מיט ספּרוזשינעס און אַ גרױסע דורכגעבראָכענע לאָך אינעם דאַך.
דער אַלעגאָרישער מײן פֿון דער דאָזיקער אינסטאַלאַציע נײטיקט זיך ניט אין קײן דערקלערונג. מיט צוויי יאָר שפּעטער, אין 1987, איז קאַבאַקאָװ אַלײן „אַרױסגעפֿלױגן‟ פֿונעם צעפֿאַלנדיקן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד קײן מערבֿ, און אין גיכן איז ער געװאָרן אײנער פֿון די סאַמע באַרימטע און דערפֿאָלגרײַכע רוסישע קינסטלער. אין אַמעריקע האָט ער באַקומען אַ מעגלעכקײט צו שאַפֿן אָן קײן שום מניעות, און האָט אױסגעפֿאַרטיקט אַ היפּשע צאָל אָריגינעלע אינסטאַלאַציעס אױף סאָװעטישע טעמעס.
קאַבאַקאָװ דערצײלט, אַז װען ער פֿלעגט אילוסטרירן קינדער־ביכער, האָט ער געװאָלט, קודם־כּל, זיך פֿאָרשטעלן דאָס בילד װי מען זעט עס פֿון אױבן, פֿונעם קאָסמישן חלל. איצט קוקט ער אָט אַזױ אױף דער סאָװעטישער ציװיליזאַציע, װאָס גײט מיט יעדן מאָמענט אַװעק װאָס װײַטער אין דער אײביקײט. מיט אַ סך התמדה פֿאַרפֿיקסירט קאַבאַקאָװ די קלענסטע פּרטים פֿונעם סאָװעטישן עבֿר, װי אַ נאַטור־פֿאָרשער פֿאַרפֿיקסירט דאָס לעבן פֿון װילדע חיות אָדער אינסעקטן. אָבער װאָס װײַטער פֿון יענער צײַט, אַלץ װײניקער ענערגיע בלײַבט אין זײַנע װערק. זײ פֿאַרװאַנדלען זיך אין אַלעגאָרישע מצבֿות, װאָס ס‘איז טשיקאַװע צו באַקוקן, אָבער זײ טראָגן אין זיך מער ניט דעם שטאַרקן שעפֿערישן כּוח־הדיבור פֿון ליסיצקיס סימבאָלישע יסודות פֿונעם אוטאָפּישן מעשׂה־בראשית.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.