100 יאָר פֿון קאָמפּאָזיטאָרין וויוויען פֿײַן

Remembering Composer Vivian Fine on Her Centenary

וויוויאַן פֿײַן איז נישט בלויז געווען אַ טאַלאַנטירטע קאָמפּאָזיטאָרין, נאָר אויך אַ באַליבטע פּראָפֿעסאָרין אין בענינגטאָן־קאָלעדזש
COURTESY OF PEGGY KARP
וויוויאַן פֿײַן איז נישט בלויז געווען אַ טאַלאַנטירטע קאָמפּאָזיטאָרין, נאָר אויך אַ באַליבטע פּראָפֿעסאָרין אין בענינגטאָן־קאָלעדזש

פֿון בנימין עבֿרי (Forward)

Published October 02, 2013, issue of October 25, 2013.

דעם 28סטן סעפּטעמבער האָט מען אָפּגעמערקט דעם 100סטן געבוירן־טאָג פֿון וויוויען פֿײַן (1913־2000), אַ קאָמפּאָזיטאָרין פֿון אַן אָרעמער רוסיש־ייִדישער משפּחה אין שיקאַגע, וועלכע האָט שפּעטער מיטגעאַרבעט און איז געלויבט געוואָרן פֿון אַהרן קאָופּלאַנד און אַנדערע באַרימטע קאָמפּאָזיטאָרן.

פֿײַן האָט באַקומען אירע ערשטע פּיאַנע־לעקציעס צו פֿינף יאָר, און מיט צען יאָר שפּעטער האָט זי אָנגעהויבן קאָמפּאָנירן מוזיק. אין 1934 האָט דער אַמעריקאַנער פּיאַניסט און קאָמפּאָזיטאָר, ישׂראל ציקטאָוויץ, זי געמוטיקט צו שטודירן האַרמאָניע בײַם קאָמפּאָזיטאָר, ראָדזשער סעשאָנס. גלײַכצײַטיק איז פֿײַן געוואָרן די איינציקע פֿרוי אין דער „גרופּע פֿון יונגע קאָמפּאָזיטאָרן‟, געגרינדעט פֿון אַהרן קאָופּלאַנד. ווען קאָופּלאַנד האָט אָנגעשריבן זײַן ווערק Piano Variations, האָט ער געבעטן פֿײַן — אַ געניטע פּיאַניסטקע פֿון דער מאָדערנער מוזיק — צו רעדאַגירן זײַן אַרבעט.

דער קאָמפּאָזיטאָר און קריטיקער אַרטור בערגער איז אויך געווען אַ פֿאַרערער פֿון פֿײַנס אַרבעט, וואָס האָט אַרײַנגענומען פּיאַנע־סאָלאָס, קאַמער־מוזיק און אָרקעסטראַלע ווערק. גלײַכצײַטיק איז פֿײַן יאָרן לאַנג געווען אַ פּראָפֿעסאָרין אין בענינגטאָן־קאָלעדזש, וווּ די סטודענטן האָבן זי שטאַרק ליב געהאַט.

פֿײַן האָט געוווינט מיט איר מאַן, דער סקולפּטאָר בנימין קאַרפּ, אין הוזיק־פֿאָלס, ניו־יאָרק, און דאָרט האָט זי אָנגעשריבן „לויבגעזאַנג פֿאַר ירושלים‟ — אַ לידער־ציקל פֿאַר קול און פּיאַנע אויפֿן סמך פֿון די איבערגעזעצטע טעקסטן פֿון יהודה הלוי און יהודה עמיחי, ווי אויך פֿון תּהילים קל״ז (137). בײַ עטלעכע מאָמענטן פֿונעם ווערק דאַרף דער פּיאַניסט צופּן די סטרונעס אין דער פּיאַנע גופֿא, כּדי אַרויסצורופֿן דעם קלאַנג פֿון די אוראַלטע האַרפֿן.

שפּעטער האָט פֿײַן פֿאַרלענגערט דאָס ווערק אין אַן אָרקעסטראַל ווערק פֿון פֿיר באַוועגונגען, מיטן נאָמען „לויבגעזאַנג פֿונעם צווייטן זײַט טײַך‟.

„נאָך דער טראַדיציע‟, אַן אָרקעסטראַל ווערק פֿון דרײַ באַוועגונגען, הייבט זיך אָן מיט אַ „קדיש‟ לזכּרון דעם טשעלאָ־שפּילער דזשאָרדזש פֿינקל. די צײַטונג, San Francisco Chronicle האָט אין יאָר 1988 געלויבט „נאָך דער טראַדיציע‟ ווי „אַ פּרעכטיקע באַערונג פֿון פֿײַנס ייִדישע וואָרצלען‟.

פֿײַן האָט אויך געשריבן „לידער פֿון ליבע און מלחמה‟, וואָס נעמט אַרײַן אויסצוגן פֿון „שיר השירים‟ און דעם פּויליש־ייִדישן פּאָעט, יאָזעף וויטלין.

אין אַ שפּעטערדיקער קאַמער־אָפּערע, „די זכרונות פֿון אוליאַנע רוני‟, הערט מען מוזיקאַלישע פּאַסאַזשן פֿון קאָפּלאַנד, אַרנאָלד שאָענבערג און קורט ווײַל. דאָס האַלב־אויטאָ־ביאָגראַפֿישע ווערק דערציילט די געשיכטע פֿון אַ פּיאַנע־עילוי פֿון אַ רוסיש־ייִדישער משפּחה, וועלכע ווערט אַ קאָמפּאָזיטאָרין. די אָפּערע נעמט אַרײַן אַ צאָל וויכטיקע פּאָליטישע געשעענישן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט און ענדיקט זיך מיט אַ ציטאַט פֿון פּרימאָ לעווי: „די צײַט קאָן אונדז מאַכן באַרימט/ די צײַט קאָן אונדז מאַכן פֿאַר נאַראָנים/ דערפֿאַר איז דער וויכטיקסטער ציל/ צו לעבן לויט די תּקנות פֿון רחמנות.‟