לויט אַ נײַער שטודיע, וווינען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן בערך 6.8 מיליאָן ייִדן.
צווישן די אַנטדעקונגען פֿון דער שטודיע: 65 פּראָצענט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג איז קאָנצענטרירט אין זעקס שטאַטן; אַרום 4.2 מיליאָן דערוואַקסענע מענטשן אינעם לאַנד באַצייכענען זיך ווי ייִדן; 1 מיליאָן שטאַמען פֿון ייִדישע משפּחות, אָבער אינדענטיפֿיצירן זיך נישט מיט דער ייִדישער רעליגיע; די צאָל ייִדישע קינדער באַטרעפֿט 1.6 מיליאָן נפֿשות.
די שטודיע, „אָפּשאַצונג פֿון דער ייִדיש־אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג: 2012‟, איז דורכגעפֿירט געוואָרן פֿונעם „שטיינהאַרט־אינסטיטוט פֿאַר סאָציאַלע פֿאָרשונגען‟ און דעם “צענטער פֿון הײַנטצײַטיקע ייִדישע שטודיעס אויפֿן נאָמען פֿון כּהן” בײַם בראַנדײַס־אוניווערסיטעט. די חשבונות זענען נישט באַגרינדעט אויף נײַע אויספֿרעגן, נאָר זענען צונויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿון כּמעט 350 פֿאַרשיידענע דעמאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען פֿון דער דערוואַקסענער באַפֿעלקערונג אינעם לאַנד, אין וועלכע עס האָבן זיך באַטייליקט מער ווי 320,000 מענטשן, אַרײַנגערעכנט 6,900 ייִדן.
בעת דער לעצטער „נאַציאָנאַלער ייִדישער פֿאָלקס־ציילונג‟, דורכגעפֿירט אין די יאָרן 2001-2000, האָט זיך באַקומען, אַז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן זענען דעמאָלט געווען 5.2 מיליאָן ייִדישע תּושבֿים. לויט דער נײַער שטודיע, איז די ציפֿער אַ סך גרעסער. דאָס מיינט נישט, אָבער, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז לעצטנס אַזוי גיך געשטיגן; ס׳קאָן זײַן, אַז די איצטיקע מעטאָדן פֿון פֿאָרשונג האָבן דערמעגלעכט אײַנצושליסן מער מענטשן, וועלכע זענען פֿריִער נישט אַרײַן אינעם חשבון.
איינער פֿון די פֿאָרשער, לענאַרד סאַקס פֿונעם בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז די צאָל ייִדן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז טאַקע געשטיגן במשך פֿון די לעצטע יאָרן, הגם נישט אַזוי הויך. אַ טייל נײַע ייִדישע אײַנוווינער זענען רוסיש־שפּראַכיקע אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. צוליב פֿאַרשיידענע בילדונג־פּראָגראַמען איז אויך געוואַקסן די צאָל קינדער פֿון געמישטע חתונות, וועלכע האָבן פֿאַררעכענען זיך ווי ייִדן.
סאַקס האָט צוגעגעבן, אַז הגם די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז נישט פּלוצעם אויפֿגעשפּרונגען אויף 35 פּראָצענט, ווי מע האָט געקאָנט פֿאַרשטיין פֿונעם חילוק צווישן די דערמאָנטע צוויי חשבונות, איז זי טאַקע געוואָרן גרעסער. דער חילוק איז אָבער קלענער, אין פֿאַרגלײַך מיטן אַלגעמיינעם באַפֿעלקערונג־צוּוווּקס אינעם לאַנד.
לויט דער נײַער פֿאָרשונג, לעבן בערך 65 פּראָצענט אַמעריקאַנער ייִדן אין בלויז זעקס שטאַטן: 20% אין ניו־יאָרק, 14% אין קאַליפֿאָרניע, 12% אין פֿלאָרידע, 8% אין ניו־דזשערזי, 5% אין מאַסאַטשוסעטש און נאָך 5% פּראָצענט אין פּענסילוועניע. דערנאָך קומען פֿיר אַנדערע שטאַטן, וווּ עס וווינען, בסך־הכּל, בערך 15 פּראָצענט פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן: אילינוי, מערילענד, טעקסאַס און אָהײַאָ. די גרעסטע ייִדישע צענטערס זענען ניו־יאָרק, דרום־פֿלאָרידע און לאָס־אַנדזשעלעס.
די מחברים פֿון דער שטודיע האָבן באַטאָנט, אַז די נײַע מעטאָדאָלאָגיע האָט דערמעגלעכט „צו באַקומען זייער גענויע רעזולטאַטן‟. די פֿאָרשער האָבן צוגעגעבן, אַז מיט דער הילף פֿון די נײַע טעכנאָלאָגיעס קאָן מען באַאַרבעטן גרויסע סכומים פֿון אינפֿאָרמאַציע מיט אַזאַ פּינקטלעכקייט, וואָס איז געווען אוממעגלעך צו דערגרייכן אין די פֿריִערדיקע יאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.