די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילה מאַכט איצט דורך אַ ריזיקע ענדערונג, וואָס שייך איר אידענטיטעט און אויפֿפֿיר, גיט איבער אַן אַנקעטע פֿונעם ”פּיו־פֿאָרשצענטער“ — די ערשטע שטודיע פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן, דורכגעפֿירט אומפּהענגיק פֿון דער אָרגאַניזירטער ייִדישער קהילה.
אַ סך מער יונגע ייִדן ווי פֿריִער זאָגן, אַז זיי געהערן נישט צו קיין רעליגיע, אַפֿילו אויב זיי רופֿן זיך ייִדן. די דאָזיקע ”ייִדן אָן אַ רעליגיע“ זענען אַ סך ווייניקער גענייגט חתונה צו האָבן מיט ייִדן, אָדער צו דערציִען זייערע קינדער ווי ייִדן. זעלטן ווען גיבן זיי געלט פֿאַר די ייִדישע צדקה־אָרגאַניזאַציעס און געהערן צו ייִדישע געזעלשאַפֿטן; פֿילן אַ פֿאַרבינדונג צום ייִדישן פֿאָלק אָדער אַ נאָענטשאַפֿט מיט מדינת־ישׂראל.
”כ׳זע נישט קיין שום אופֿן, ווי מע קען דאָס איבערגעבן ווי אַ גוטע בשׂורה,“ האָט באַמערקט דזשעק ווערטהײַמער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע אינעם ”ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר“. ”פּראָסט און פּשוט — די ייִדישע קהילה ווערט אַלץ קלענער און קלענער.“
דער באַריכט, וואָס איז באַזירט אויף קאָנטאַקטן מיט 70,000 מענטשן אין אַלע 50 שטאַטן און אויף די אינטערוויוען מיט כּמעט 3,500 ייִדן, איז די גרעסטע אַנקעטע פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן אין מער ווי צען יאָר.
הגם די צאָל ייִדן אין לאַנד איז געוואַקסן (//yiddish.forward.com/articles/173070/-million-jews-live-in-the-us/), באַטרעפֿן ייִדן הײַנט אַ קליינטשיקן פּראָצענט פֿון דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג. דער פֿאַקט, וואָס אַזוי פֿיל נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדן האָבן חתונה מיט נישט־ייִדן (71%) און אַזוי ווייניק פֿון זיי האָבן קינדער, גיט אָנצוהערן, אַז די ייִדישע קהילה וועט אין גיכן ווערן נאָך מער אײַנגעשרומפּן.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע אַמעריקאַנער, זענען די ייִדן פֿאַרמעגלעכער, הגם 20% וווינען אין אַ משפּחה, וואָס פֿאַרדינט ווייניקער פֿון 30,000$ אַ יאָר. די ייִדן זענען ווײַטער פּאָליטיש לינק־געשטימט, שטיצן דעם פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי.
בײַ די פֿאָרשער פֿון דער ”פּיו־שטודיע“, ווערט אַ ייִד באַצייכנט ווי אַ ייִד, אַזוי לאַנג ווי ער אַליין באַצייכנט זיך ווי אַ ייִד. די באַטייליקטע האָבן געקענט דעפֿינירן זייער ייִדישן אידענטיטעט לויט די רעליגיעזע, אָדער קולטורעלע/סעקולערע טערמינען.
”פּיו“ האָט אויך אינטערוויויִרט די אַמעריקאַנער, וועלכע האָבן אַ ייִדישן טאַטן אָדער מאַמען, אָבער געהערן צו אַ צווייטער רעליגיע, אָדער פֿאַררעכענען זיך בכלל נישט ווי ייִדן. בעת אַן אַנקעטע מיט 10 יאָר צוריק האָבן 93% פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן געזאָגט, אַז זייער רעליגיע איז יודאַיִזם; הײַיאָר האָבן עס באַטאָנט בלויז 78%.
ס׳איז נישט קלאָר וואָס איז דער טעאָלאָגישער אונטערשייד צווישן די ייִדן מיט רעליגיע און די אָן רעליגיע, ווײַל בלויז 39% ייִדן, וועלכע זאָגן אַז זיי געהערן יאָ צו דער ייִדישער רעליגיע, זענען זיכער, אַז גאָט עקזיסטירט. זייער אויפֿפֿיר איז אָבער יאָ אַנדערש. 79% פֿון די חתונה־געהאַטע ייִדן אָן אַ רעליגיע האָבן אַ נישט־ייִדישן זיווג, אָבער בלויז 36% פֿון די חתונה־געהאַטע ייִדן, וואָס זאָגן, אַז זיי געהערן צו דער ייִדישער רעליגיע, האָבן חתונה געהאַט מיט אַ נישט־ייִד.
67% פֿון די ייִדן אָן אַ רעליגיע דערציִען נישט זייערע קינדער ווי ייִדן, אין פֿאַרגלײַך מיט 7% פֿון די ייִדן, וואָס געהערן יאָ צו דער רעליגיע. בלויז 36% ייִדן אָן אַ רעליגיע פֿילן ”אַ ספּעציעל אַחריות פֿאַר ייִדן אין נויט“, אָבער 71% פֿון די ייִדן וואָס געהערן יאָ צו דער רעליגיע פֿילן אַזאַ אַחריות.
לויט דער שטודיע ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַ סך ייִדן ווייסן בכלל נישט וואָס עס מיינט צו זײַן אַ ייִד. 42% ייִדן האַלטן, אַז דאָס האָבן אַ גוטן חוש פֿון הומאָר איז גענוג, כּדי צו זײַן אַ ייִד, אָבער בלויז 28% מיינען, אַז דאָס באַלאַנגען צו אַ ייִדישער קהילה איז נייטיק, כּדי צו זײַן אַ ייִד. 73% האָבן געזאָגט, אַז געדענקען דעם חורבן איז נייטיק פֿאַר זײַן אַ ייִד. זייער ווייניק ייִדן — 19% האַלטן, אַז היטן די דינים און ייִדישע טראַדיציעס איז נייטיק צו זײַן אַ ייִד. 14% האַלטן, אַז עסן ייִדישע שפּײַזן איז אַ נייטיקער טייל פֿון אַ ייִדישער אידענטיטעט.
פֿון אַלע ייִדישע דענאָמינאַציעס, זעט די צוקונפֿט פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג אויס ווי די סאַמע ערגסטע, הגם מיט יאָרן צוריק איז די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג געווען די גרעסטע פֿון אַלע. בלויז 18% אַמעריקאַנער ייִדן אידענטיפֿיצירן זיך הײַנט ווי קאָנסערוואַטיווע ייִדן, און בײַ דעם ייִנגערן דור, צווישן 18 און 29 יאָר, זאָגן בלויז 11% אַזוי. בלויז 36% ייִדן, וועלכע זענען דערצויגן געוואָרן אין דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג, האַלטן זיך הײַנט פֿאַר קאָנסערוואַטיווע, בעת 55% וואָס זענען דערצויגן געוואָרן ווי רעפֿאָרם־ייִדן זאָגן, אַז זיי זענען ווײַטער רעפֿאָרם.
10% רופֿן זיך אָרטאָדאָקסיש, אָבער בײַם ייִנגערן דור איז עס דווקא אַ ביסל העכער ווי בײַם עלטערן דור.
די דענאָמינאַציע וואָס וואַקסט צום גיכסטן איז די קאַטעגאָריע מענטשן, וואָס געהערן נישט צו קיין שום דענאָמינאַציע — כּמעט אַ דריטל. בלויז 6% אידענטיפֿיצירן זיך מיט די קלענערע דענאָמינאַציעס ווי רעקאָנסטרוקציאָניזם און Renewal Judaism.
דער סאָציאָלאָג סטיווען כּהן האַלט, אַז די סיבה פֿאַר וואָס די קאָנסערוואַטיווע קענען נישט אָנהאַלטן זייערע מיטגלידער איז, ווײַל אַ סך פֿון זיי האָבן חתונה מיט נישט־ייִדן. ”אין אַזאַ פֿאַל גייען זיי אָפֿט אַריבער צו דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, וואָס איז תּמיד גרייט אָנצונעמען געמישטע פּאָרלעך ווי פֿולע מיטגלידער פֿון זייערע סינאַגאָגעס,“ האָט כּהן געזאָגט. ”דערצו געפֿינט מען אַ סך מער ענגליש בײַם רעפֿאָרם־דאַווענען, און אַ סך מער געמישטע פּאָרפֿעלקער — צוויי זאַכן, וואָס מאַכן זייער לעבן באַקוועמער.“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.