איך בין גאָר ניט זיכער, צי אַלע לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ האָבן אַ מאָל געהערט וועגן אַ פֿאָלק, וואָס הייסט „אודמורטן‟. אָבער אַזאַ פֿאָלק איז טאַקע פֿאַראַן, די רוסן האָבן זיי קאָלאָניזירט מיט יאָרהונדערטער צוריק, געמאַכט זיי פֿאַר פּראַוואָסלאַוונע קריסטן. זינט די 1930 יאָרן עקזיסטירט די אודמורטישע רעפּובליק אויף דער מאַפּע פֿון רוסלאַנד, מיט דער הויפּטשטאָט איזשעווסק, וואָס שטייט בערך אויפֿן 20סטן אָרט צווישן די גרעסטע שטעט אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד.
אַז מע עפֿנט די אינטערנעץ-זײַט אין דער רוסישער „וויקיפּעדיע‟, וואָס דערציילט וועגן דער דאָזיקער שטאָט, געפֿינט מען אין דער רשימה פֿון די סאַמע באַוווּסטע מענטשן, וועלכע האָבן געוווינט אין איזשעווסק, אויך דעם שפּראַכקענער שמעון סאַנדלער (1914–2001). מיט אַ האַלב יאָרהונדערט צוריק האָט ער פֿאַרטיידיקט אַ דיסערטאַציע וועגן לערנען דײַטש אין די אודמורטיש-שפּראַכיקע שולן. אָבער איך (און ניט נאָר איך) געדענק אים אין גאָר אַן אַנדער קאָנטעקסט — ווי אַ קענער פֿון ייִדיש, דעם מחבר פֿון ייִדישע לערנביכער פֿאַר רוסיש-רעדנדיקע סטודענטן.
איזשעווסק האָט אויך אַ שטיקל ייִדישע געשיכטע, וועלכע הייבט זיך אָן פֿון אַ פּאָר צענדליק קאַנטאָניסטן. זיי, די ייִדישע זעלנער אין דער רוסישער אַרמיי אונטערן צאַר ניקאָלײַ דעם ערשטן, האָט מען דערלויבט זיך באַזעצן אין דער שטאָט נאָך אין די 1830ער יאָרן, און ברענגען ווײַבער פֿון דעם תּחום-המושבֿ. אמת, געוויסע באַגרענעצונגען זײַנען אויף זיי פֿאָרט אַרויפֿגעלייגט געוואָרן. למשל, די איזשעווסקער ייִדן האָבן ניט געטאָרט טראָגן אייגנאַרטיקע „ייִדישע בגדים‟, און די פֿרויען זייערע האָט מען ניט דערלויבט צו ראַזירן זייערע קעפּ, ווײַל די אָרטיקע רוסישע פּני איז פּשוט ניט געפֿעלן געוואָרן עסטעטיש דער דאָזיקער ייִדישער מינהג.
אין די סאָוועטישע צײַטן פֿלעגן די ייִדן זיך באַזעצן אין דער שטאָט צוליב אַנדערע סיבות, דער עיקר, ווײַל מע האָט געאַרבעט אין די פֿאַבריקן, וואָס זײַנען דאָרטן אויסגעוואַקסן זינט דעם 18סטן יאָרהונדערט. מײַן שווער ע”ה האָט דאָרטן אָפּגעאַרבעט עטלעכע יאָר נאָכן פֿאַרענדיקן אַן אוניווערסיטעט און פֿלעגט אָפֿט זיך דערמאָנען וועגן יענע צײַטן פֿון זײַן יוגנט. איזשעווסק איז דאָך איינער פֿון די צענטערס פֿון דער רוסישער מיליטער-אינדוסטריע, בפֿרט פֿון אויסאַרבעטן די וועלט-באַרימטע קאַלאַשניקאָוו-ביקסן.
מע שאַצט אָפּ, אַז הײַנטיקע טעג דרייען זיך ערגעץ אין דער גאָרער וועלט אַרום אַ הונדערט מיליאָן קאַלאַשניקאָווס פֿון פֿאַרשיידענע מאָדעלן. נאָר אַ קליינער טייל פֿון זיי זײַנען אויסגעאַרבעט אין איזשעווסט צי, בכלל, אין רוסלאַנד. מע פּראָדוצירט זיי אין צענדליקער אַנדערע לענדער. דאָס איז איינע פֿון די סיבות, פֿאַר וואָס די איזשעווסקער אונטערנעמונגען גופֿא לעבן לעצטנס איבער שווערע צײַטן. די דאָזיקע פֿאַבריקן זײַנען דאָך אויסגערעכנט אויף אַ גרעסערן פֿאַרנעם פֿון דער פּראָדוקציע, אָבער דער מאַרק איז געוואָרן קלענער. אין סעפּטעמבער האָט מען געוויזן ווי דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין איז באַזאָרגט מיטן גורל פֿון קאַלאַשניקאָוו-ביקסן. מע האָט באַשלאָסן טיילווײַז צו פּריוואַטיזירן דאָס גאַנצע קאַלאַשניקאָוו-געשעפֿט און אויסניצן די פּריוואַטע געלטער, כּדי מאָדערניזירן די געווער-אונטערנעמונגען.
דער מצבֿ פֿון דעם קאַלאַשניקאָוו-געשעפֿט וואָלט געווען אַ סך ערגער אָן די אַמעריקאַנער קונים, וואָס האָבן זיך צוגעכאַפּט צו די רוסישע ביקסן פֿאַר זייערע היים-זאַפּאַסן. אין דער לעצטער צײַט, קויפֿט מען אין אַמעריקע מער אָדער ווייניקער די זעלבע צאָל קאַלאַשניקאָוו-ביקסן, ווי די גאַנצע רוסישע אַרמיי און פּאָליציי. אמת, עס זײַנען ניט אין גאַנצן די זעלבע ביקסן. פֿאַר פּריוואַטע קונים אַרבעט מען אויס אַזעלכע מאָדעלן, וואָס קענען ניט שיסן שטויסווײַז. דאָס הייסט, אַז ניט קיין פֿײַערשטויס, נאָר בלויז איין קויל פֿליט אַרויס בײַ יעדן אָנקוועטשן אויפֿן אָנדריקער פֿון דער ביקס.
מיר איז אויסגעקומען צו שיסן פֿון אַזאַ ביקס נאָר איין מאָל אין מײַן לעבן. געשען איז עס מיט פֿערציק יאָר צוריק, ווען עס האָט זיך פֿאַרענדיקט דער אָפֿיצירישער קורס, וואָס יעדער סטודענט פֿון אונדזער אינסטיטוט (אוניווערסיטעט) איז מחויבֿ געווען דורכצוגיין. דעמאָלט האָט מען אונדז גענומען אויף אַ חודש אין אַ מיליטערישן לאַגער, מיר זאָלן דערפֿילן דעם טעם פֿונעם אַרמיייִשן לעבן. און ווי אַ טייל פֿון דער אַרמיייִשער דערפֿאַרונג, האָט מען געמוזט שיסן פֿון אַ קאַלאַשניקאָוו.
איך האָב דעמאָלט ניט דערפֿילט קיין חן אין דער שיסערײַ, און קען עס ניט פֿאַרשטיין ביזן הײַנטיקן טאָג. ווען איך זע און הער די אָנהענגער פֿונעם רעכט צו האַלטן געווער אין דער היים, דאַכט זיך מיר, אַז עס פֿעלט זיי אַ קליעפּקע אין קאָפּ. אַנדערש טראַכט מען, בלי-ספֿק, אין איזשעווסק, וווּ מע האַלט אַ וועלט פֿון די אַמעריקאַנער געווער-משוגעים, וואָס העלפֿן צו ראַטעווען די קאַלאַשניקאָוו-אידוסטריע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.