די ייִדישע קונסט און ייִדישע ליטעראַטור אינעם 20סטן יאָרהונדערט זײַנען געגאַנגען אין פֿאַרשידענע דרכים. בעת ייִדישע שרײַבער זײַנען געװען צוגעבונדן צו זײער שפּראַך, װאָס איר באַנוץ איז געװען באַגרענעצט דורך דער ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה, האָבן די ייִדישע קינסטלער געהאַט אַ סך מער פֿרײַהײט.
אַ בולטער בײַשפּיל דערפֿון איז די געשיכטע פֿון ייִדישער שעפֿערישקײט אין ניו־יאָרק. װען מען עפֿנט די העפֿטן פֿונעם אַלמאַנאַך „שריפֿטן‟, װאָס איז אַרױס אין ניו־יאָרק צװישן 1912 און 1925, טרעפֿט מען די נעמען פֿון שרײַבער און דיכטער, אַזעלכע װי מאַני לײב און ראובֿן אײַזלאַנד, דוד איגנאַטאָװ און יוסף אָפּאַטאָשו, װאָס זײַנען איצט באַקאַנט בלױז צװישן די ליבהאָבער פֿון ייִדישער ליטעראַטור. אָבער די קינסטלער, װאָס האָבן אילוסטרירט די דאָזיקע אױסגאַבע, אַזעלכע װי מאַקס װעבער אָדער אַבֿרהם װאָלקאָװיץ, האָבן זיך קונה־שם געװען װײַט מחוץ דעם ייִדישן קולטור־קרײַז.
אײנער פֿון די דאָזיקע קינסטלער, װאָס זײַנע גראַפֿישע װערק באַװײַזן זיך אין דער קונסט־סעקציע פֿון „שריפֿטן‟ אין 1919, איז געווען באָריס אַניספֿעלד. להיפּוך צו זײַנע קאָלעגן, איז ער געקומען קײן אַמעריקע שױן װי אַן אָנערקענטער קינסטלער. אין 1917 האָט דער ברוקלינער קונסט־מוזײ באַשלאָסן צו אָרגאַניזירן אַן אױסשטעלונג פֿון אַניספֿעלדס מאָלערישע װערק און פֿאַרבעטן דעם קינסטלער אױך. אַניספֿעלד און זײַן משפּחה האָבן פֿאַרלאָזט פּעטערבורג אין סאַמע ברען פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע און זײַנען אָנגעקומען קײן ניו־יאָרק, דורך יאַפּאַן און קאַנאַדע, אין יאַנואַר.
די אױסשטעלונג האָט אַרױסגערופֿן אַ לעבעדיקן אינטערעס אין די אַמעריקאַנער קונסט־קרײַזן, און אַניספֿעלד האָט באַקומען גרױסע קאָנטראַקטן אױף צו דעקאָרירן ספּעקטאַקלען אין דער מעטראָפּאָליטען־אָפּערע. אָבער מיט צען יאָר שפּעטער איז אַניספֿעלד אַרױס פֿון דער מאָדע, און דער נאָכפֿרעג אױף זײַנע װערק איז שטאַרק געפֿאַלן. ער האָט פֿאַרלאָזט ניו־יאָרק און אין משך פֿון כּמעט דרײַסיק יאָר, פֿון 1929 ביז 1957, האָט ער געלערנט מאָלערײַ אינעם שיקאַגער קונסט־אינסטיטוט. זומערצײַט האָט ער געהאַלטן אַ פּריװאַטע שול אין קאָלאָראַדאָ.
אַניספֿעלד איז געװען אַ מאָדנע פּערזענלעכקײט. אַ פּנים, האָט ער זיך ניט באַנוצט מיט עלעקטרישן ליכט, ניט גערעדט ענגליש, און אין מאָלערײַ האָט ער אַנטװיקלט אַן אײגנאַרטיקע סימבאָלישע שפּראַך. ער איז געװען אַ גוטער און איבערגעגעבענער לערער, כאָטש ניט געװאָלט דערקלערן זײַנע אידעען און מעטאָדן אין װערטער. בכלל איז אים די דרױסנדיקע אַמעריקאַנער װעלט פֿאַרבליבן פֿרעמד. פֿאַר אים זײַנען װיכטיקער געװען די אינערלעכע געפֿילן און איבערלעבונגען.
בער אַניספֿעלד איז געבױרן געװאָרן אין 1878, אין דער שטאָט בעסאַראַבער בעלץ, אין אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה. ער האָט שטודירט מאָלערײַ אין אָדעס און דערנאָך אין דער פּעטערבורגער אַקאַדעמיע פֿון קונסטן. אין 1901 איז ער געװאָרן אַ מיטגליד אין דער גרופּע „װעלט פֿון קונסט‟, און ביז זײַן אַװעקפֿאָרן קײן אַמעריקע איז ער געבליבן פֿאַרבונדן מיט דער רוסישער מאָדערניסטישער סבֿיבֿה. די רוסישע קריטיקער האָבן אים געלױבט פֿאַר זײַן חוש פֿאַר קאָלירן און זײַן פֿאַנטאַסטישן סימבאָליזם. דער אַמעריקאַנער קריטיקער קריסטיאַן ברינטאָן האָט דעפֿינירט אַניספֿעלדס סטיל װי „די נײַע שיטה פֿונעם רוסישן דעקאָראַטיװן אידעאַליזם‟. אַליין אַ קונסט־הענדלער, האָט ברינטאָן רעקלאַמירט אַניספֿעלדן װי אַ געהײמניספֿולן, אָריענטאַליש־סלאַװישן, מיסטיש־געשטימטן, עקסטאַטישן קינסטלער; און אין די ערשטע יאָרן האָט דאָס געהאָלפֿן צו פֿאַרקױפֿן זײַנע װערק.
אַניספֿעלד האָט געשעפּט זײַנע מיסטישע סימבאָלישע געשטאַלטן פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעזע טראַדיציעס: ייִדישער, קריסטלעכער און בודיסטישער. זײַנע װערק אױף די תּנ״כישע סוזשעטן, װי למשל, „יציאַת־מצרים‟, דערמאָנען ריזיקע טעאַטער־סצענעס. ער האָט קײן מאָל ניט אָפּגעלײקנט זײַן ייִדישקײט און אַפֿילו זיך באַטײליקט אין ייִדישע אונטערנעמונגען, װי די צװײטע אױסשטעלונג פֿון ייִדישע קינסטלער אין פּעטראָגראַד אין אַפּריל 1917, אָבער דערבײַ האָט ער ניט געהאַט קײן אַקטיװן אינטערעס אין דער ייִדישער טעמאַטיק אָדער אינעם ייִדישן סטיל. קונסט האָט פֿאַר אים געעפֿנט די טיר צו דער ברײטער װעלט פֿון אוניװערסאַלער קולטור, װאָס איז געװען פֿרײַ פֿון װאָסער ניט איז נאַציאָנאַלער באַגרענעצטקײט.
אין אַמעריקע האָט אַניספֿעלד אַנטדעקט זײַן רוסישע נשמה. ער האָט ממשיך געװען די סימבאָליסטישע טראַדיציע, װאָס אין רוסלאַנד איז עס שױן לאַנג פֿאַרגעסן געװאָרן. לכתּחילה האָט זײַן עקזאָטישקײט אױסגענומען בײַם אַמעריקאַנער פּובליקום, אָבער מיט דער צײַט, בפֿרט בעת דער גרױסער דעפּרעסיע, האָט ער פֿאַרלױרן זײַנע אָנהענגער. עס איז מערקװירדיק, אַז כּל־זמן אַניספֿעלד איז פֿאַרבליבן פּאָפּולער אין ניו–יאָרק, האָט ער ניט געהאַט קײן השפּעה אױף די אַמעריקאַנער קינסטלער, װײַל מען האָט אים געשאַצט דװקא פֿאַר זײַן רוסישקײט. און ערשט מיט זײַן אַריבערפֿאָרן קײן שיקאַגע האָט ער זיך מיט חתלהבֿות גענומען דערציִען אַ נײַעם דור אַמעריקאַנער קינסטלער. אָבער אַלײן איז ער פֿאַרבליבן צוגעבונדן צו זײַן רוסישן עבֿר. „איך האַלט זיך מער ניט פֿאַר אַ מאָדערנעם קינסטלער‟, האָט ער געזאָגט װען מען האָט אים געפֿרעגט װעגן זײַן אָרט אין קונסט.
אַניספֿעלד, װי אַנדערע קינסטלער פֿון זײַן סבֿיבֿה, איז פֿאַרבליבן געטרײַ דעם סטיל פֿונעם רוסישן מאָדערניזם פֿון זײַנע יונגע יאָרן. און דװקא אַמעריקע, װאָס האָט געשפּרודלט מיט ענערגיע און געשטרעבט צום נײַעם, האָט אים געגעבן ניט נאָר אַ מקום־מיקלט, נאָר אױך געלאָזט שאַפֿן און לערנען אַנדערע אַזױ װי ער האָט עס פֿאַרשטאַנען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.