אַמאָל, ווען עזרא גאָלדשטיין האָט געוווינט אין זיינסוויל, שטאַט אָהײַאָ, האָט ער געמוזט באַשליסן, צי ער זאָל אַרויסהעלפֿן זײַן משפּחה מיט איר קראָם פֿון עלעקטרישער סחורה, אָדער צו פּרוּוון פֿאַרווירקלעכן זײַן טרוים און ווערן אַ שרײַבער. נאָך דרײַסיק יאָר פֿון שרײַבן, האָט זײַן לעבן זיך ווידער אָפּגעקערעוועט אין גאָר אַן אַנדער וועג; אַרום דעם יאָר 2010, האָט ער פֿאַרלאָזט שרײַבערײַ און געוואָרן אַ בעלי־הבית פֿון אַ באַרימטער ביכערקראָם. זײַנע מומעס אין אָהײַאָ האָבן באַמערקט, צו זייער הנאָה, אַז דער פֿאַרדרייטער לעבנס־וועג האָט אים געבראַכט צוריק צו דעם זעלבן מין געשעפֿט, וואָס ער האָט אָפּגעוואָרפֿן מיט אַ סך יאָר צוריק.
גאָלדשטיין, איצט אַ 64־יאָריקער מאַן, איז נישט בלויז אַ געשעפֿטסמאַן. זײַענדיק דער מיטאייגנטימער פֿונעם „Community Bookstore‟ אין פּאַרק־סלאָופּ — אַ געגנט אין ניו־יאָרק, וווּ עס זענען פֿאַראַן אַ סך ליטעראַטור־שאַפֿער און ליבהאָבער — איז ער באַקאַנט ווי אַ גרויסער מבֿין פֿון לעטעראַטור. צו מערסטן איז ער אָבער באַקאַנט ווי אַ „מאַגנעט‟, וואָס ציט צו הונדערטער שרײַבער, וואָס וווינען נישט ווײַט פֿון זײַן ביכערקראָם אויף דער זיבעטער עוועניו.
ס׳קאָן זײַן, אַז ווען ער איז געווען אַ שרײַבער, האָט ער קיינמאָל נישט געטראַכט, אַז ער וועט אַמאָל פֿאַרקויפֿן, אַנשטאָט צו שאַפֿן, ביכער. די ראָלע פֿונעם בעל־הבית, וואָס פֿירט אָן מיטן עלטסטן אומאָפּהענגיקן ביכער־געשעפֿט אין ברוקלין, איז אָבער גאַנץ פּאַסיק פֿאַר אים. ווען דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ האָט זיך געטראָפֿן מיטן געוועזענעם שרײַבער, איז ער געווען פֿאַרטאָן אינעם אָרגאַניזירן אַ ריי אונטערנעמונגען פֿאַרן ברוקלינער ביכער־פֿעסטיוואַל, וועלכער איז פֿאָרגעקומען דעם 22סטן סעפּטעמבער.
דער מחבר האָט איבערגעריסן די פֿעסטיוואַל־צוגרייטונג, זיך אַנידערגעזעצט אינעם הויף פֿון זײַן קראָם, און דערציילט דער צײַטונג וועגן זײַן „קײַלעכדיקן‟ לעבנס־וועג. אַנשטאָט דעם האַנדל מיט עלעקטרישע מכשירים, איז גאָלדשטיין טאַקע געוואָרן אַ געראָטענער שרײַבער. צווישן אַנדערע ווערק, האָט ער געשאַפֿן די פּיעסע „שווימען מיטן שטער־פֿיש‟ („Swimming with Sturgeon‟) — אַ ראָמאַן וועגן אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה. גאָלדשטיין האָט אויך אָנגעשריבן חורבן־זכרונות פֿון צוויי מענטשן, וואָס זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אונטער זייערע נעמען, ווי אויך אַ סך אַרטיקלען פֿאַר צײַטונגען און זשורנאַלן.
גאָלדשטיין האָט געטענהט, אַז זינט ער איז געוואָרן דער בעל־הבית פֿון דער ביכערקראָם, האָט ער, צום באַדויערן, מער נישט געהאַט קיין מעגלעכקייט צו שרײַבן. דאָס געשעפֿט „עסט אויף‟ זײַן גאַנצע צײַט. יעדעס יאָר באַזוכט ער זיינסוויל אויף ראָש־השנה, כּדי צו העלפֿן דער דאָרטיקער פּיצל־קליינער ייִדישער קהילה צו האָבן אַ מנין. זײַענדיק אַ טאַטע פֿון דרײַ קינדער, זאָגט ער זײַן פֿרוי, אַנעט, אַז זיי וואָלטן געקאָנט זיך גרינג אומקערן קיין אָהײַאָ און לעבן דאָרטן „ווי אַ מלך‟, ווײַל אַלץ קאָסט דאָרטן אַ סך ביליקער, ווי אינעם טײַערן ניו־יאָרק. דער געוועזענער שרײַבער האָט אָבער באַשלאָסן נישט צו פֿאַרלאָזן ברוקלין. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט ליב זייער געגנט, פּאַרק־סלאָופּ, וווּ זיי פֿירן אַ זייער אַקטיוו לעבן. ווי קורט וואָנעגוט האָט געשריבן: „עסקים, עסקים, עסקים‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.