פֿאַראַן פֿאַרשיידענע לעבנס און פֿאַרשיידענע טויטן. ווי זאָגט מען בײַ אונדז, פֿון לעבן קען מען נישט אַנטלויפֿן. פֿאַראַן לעבנס וואָס, נישט געקוקט אויף די שווערסטע שוועריקייטן, קומט מען אַרויס דערפֿון נישט געניזוקט. ראָזע איז אַרויסגעקומען געניזוקט פֿון איר לעבן, און ווי נאָך געניזוקט. אירע יונגע טאַטע־מאַמע, זײַנען פֿאַרנאַרט געוואָרן פֿון דער רוסישער מכשפֿה, „באַבע־יאַגאַ‟, אײַנגעוויקלט אין דער רויטער פֿאַטשיילע, מיטן מויל שטעכיקע ציין; און ווי נאָר דאָס פּאָרל איז אַריבער די גרענעץ פֿונעם רויטן גהינום, האָט מען דאָס פּאָרל מיטן קינד גלײַך פֿאַרשיקט אין די סאָוויעטישע לאַגערן; דעם טאַטן צעקײַלט ביז ער האָט פֿאַרלוירן אַ פֿוס און איז אין גיכן נאָך דעם געשטאָרבן. די מאַמע איז געבליבן מיט דער פֿינף־יעריקער ראָזעטשקען אויף הפֿקר
אָנגעליטן זיך אַ וועלט, קוים מיט צרות אַרויס פֿון דער רויטער שאול־תחתיה מיט גאַנצע ביינער, זײַנען זיי אָנגעקומען נאָך דער מלחמה קיין פּוילן. דאָרט איז ראָזע אויסגעוואַקסן, קיין גרויס בילדונג נישט באַקומען, זיך גענומען צו פֿיזישער אַרבעט און געחלומט פֿון פֿאַרלאָזן די פּויליש־פֿאַרדאָרבענע ערד, וווּ דער אַנטיסעמיטיזם איז געשטאַנען אין פֿולן בלי אַפֿילו נאָכן חורבן.
די יאָרן זײַנען זיך געפֿלויגן, איז אונטערגעקומען אַ יונגערמאַן אַזש פֿון קאַנאַדע, צו זוכן אין פּוילן אַ ייִדישע כּלה. ראָזעס מאַמע האָט פֿאַרמאָגט בלויז איין מעלה, זי איז געווען טאַקע קליין־וווּקסיק, אָבער פֿאַרמאָגט האָט זי אַ כאַראַקטער, וואָס וואָלט געקענט אַדורכלעכערן אַ ריב־אַײַזן. דער עיקר, זי האָט איר טאָכטער נישט ליב געהאַט, אפֿשר ווײַל זי איז נישט געווען קיין שיינע, און אפֿשר צוליב אַ טויזנט אפֿשרס; דער עיקר, האָט זי גענומען גריזשען די טאָכטער, יענע זאָל חתונה האָבן מיטן דערשינענעם חתן פֿון קאַנאַדע, וועט זי אויך קענען אַרויס פֿון פּוילן.
אײַ, דער שידוך איז געווען נישט קיין געראָטענער. דער חתן איז טאַקע געווען גרויס אין וווּקס, אָבער שרעקלעך קליינלעך אין באַנעמונג, אַן אמתער קמצן, אַ קאַרגער הונט מיט אויערן. געהאַלטן האָט ער דאָס ווײַב צוגעשמידט צו דער קאַלטער דירה אין מאָנטרעאָל מיט זייער מיידעלע אסתּרקען, געקאַרגט אויף צו געבן היץ אין דער דירה, ווען אין דרויסן האָט געבושעוועט די קעלט, נאָכגעגאַנגען טריט בײַ טריט און געהאַלטן אין איין אויסלעשן די ליכט, אַזוי אַז די מאַמע און דאָס קינד האָבן געמוזט זיצן אָוונטן אין דער פֿינצטער, אין דער קעלט און נישט געקענט אַפֿילו לייענען אַ צײַטונג אָדער אַ בוך.
מיט דער צײַט האָט זיך ראָזע אַרומגעקוקט און געזען, אַז זי איז ביטער אַרײַנגעפֿאַלן, איז זי מיטן קינד אַוועק קיין טאָראָנטאָ און אים געשיקט אַ גט. און אויב זי איז פּטור געוואָרן פֿונעם גזלן, האָט זיך איר מאַמע, די מכשפֿה גענומען זי מוטשען: „שיק געלט, איך דאַרף!‟ — און זי האָט נישט אויפֿגעהערט צו דאַרפֿן און יאַדען. ראָזע האָט געאַרבעט אין אַ בעקערײַ און איר געשיקט וויפֿל זי איז געווען מסוגל. איר אסתּרל האָט זיך גוט געלערנט און מיט דער צײַט געוואָרן אַ דאָקטערשע און אַ נחת פֿאַר דער מאַמען.
די טעג קריג איך אַ טעלעפֿאָן פֿון אסתּרקען, ראָזעס טאָכטער הייסט עס. זי לאָזט מיר וויסן, אַז איר מאַמע איז ניפֿטר געוואָרן. „אוי געוואַלד!‟ — שרײַ איך אויס, — „אַ שאָד! אַ שאָד!‟ — אָבער אין דער אמתן האָב איך געוווּסט, אַז זי איז אויסגעלייזט געוואָרן פֿון אירע גרויסע ווייטיקן און יסורים.
אסתּר לאָזט מיר וויסן דרך־אַגבֿ, אַז זי האָט געעפֿנט דער מאַמעס צוואה און אויסגעפֿונען, אַז זי האָט עס געשריבן נאָך וווינענדיק אין מאָנטרעאָל, אונטערן מאַנס רעזשים און איר מאַמעס אײַזערנער פֿויסט. אין דער צוואה שטייט אָבער געשריבן, אַז זי וויל מען זאָל איר קערפּער פֿאַרברענען און באַגראָבן איר אַש אויף אַ קריסטלעכן בית־אולם.
„געוואַלד!‟ — האָב איך אויסגעשריגן, — „ווי זײַנען געקומען צו ראָזען אַזעלכע אײַנפֿאַלן גאָר. שוין זשע האָט זי זיך דעמאָלט געוואָלט נוקם זײַן אין איר ברוטאַלן מאַן און מאַמען. ווער קען גאָר פֿאַרשטיין דעם גאַנג פֿון אַ צעפּיקעוועטן מוח.‟
די טאָכטער האָט געוויינט:
„וואָס טוט מען מיט איר אַש? איך קען עס נישט באַגראָבן אויף אַ קריסטלעכן צווינטער, וואָס זאָל איך טאָן דערמיט?‟
„זאָג מיר אסתּרשי קרוין!‟ — האָב איך געוואָלט וויסן, — „איז געווען עפּעס, וואָס דײַן מאַמע האָט דערפֿון הנאה געטאָן?‟
אסתּרל טראַכט פֿון דער צווייטער זײַט טרײַבל?
„מײַן שוויגער אין נהריה פֿאַרמאָגט אַ שיינעם גאָרטן לעבן איר הויז. מײַן מאַמע פֿלעגט אַלעמאָל ליב האָבן צו פּאָרען זיך אין דעם גאָרטן. זי האָט באַגאָסן די בלומען, אויפֿגעקאָפּעט די ערד אַרום פֿאַרשיידענע געוויקסן און זיי מחיה געווען מיט אַ שלוק וואַסער. עס איז געווען אַ נחת זי צו זען צווישן די בלומען אין מײַן שוויגערס גאָרטן.‟
„ווייסטו וואָס, אסתּר!‟ — האָב איך זיך געכאַפּט, — „באַגראָב דײַן מאַמעס אַש אין דײַן שוויגערס גאָרטן, אַזוי אַרום וועט זי כאָטש ליגן אין ארץ־ישׂראל צווישן ייִדן, כאָטש ס’איז אַ שאָד וואָס מ’קען זי נישט ברענגען צו קבר־ישׂראל.‟
ווײַטער האָט אסתּרל מיר דערציילט, אַז קיין אל־מלא־רחמים אָדער קיין קדיש נאָך זיך האָט איר מאַמע נישט געוואָלט. זי האָט געוואָלט מען זאָל זי באַגלייטן צו איר אייביקער רו, אָבער אָן אַ ייִדישן הספּד. האָב איך איר ווידער געראַטן:
„דינג אַ צימער אין אַ האָטעל אין טאָראָנטאָ, באַשטעל אַ בופֿעט פֿון כּשרע ייִדישע מאכלים, איך וועל דיר דערווײַל צושיקן אַ קליינע צאָל ייִדישע זײַטלעך פֿון ייִדישער פאָעזיע, דײַן מאַמע האָט דאָך בלויז גערעדט ייִדיש; לייען עס אויף ייִדיש און איך ווינטש דיר זאָלסט מער נישט וויסן פֿון קיין צער.‟
אָבער ווען איך בין שעקספּיר, וואָלט איך געקענט מאַכן פֿון דער געשיכטע ממש אַ קונסט־ווערק. איך וואָלט עס אָנגערופֿן „אַ מיט־זומערדיקער קאָשמאַר‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.